וועל איך נאך זוכה זיין צו שטיין אויף מיין אייגענע פיס?!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

וועל איך נאך זוכה זיין צו שטיין אויף מיין אייגענע פיס?!

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג מאי 19, 2016 4:50 pm

די אימעיל האב איך היינט באקומען און לייג עס איבער פאר די טייערע חבירים רחמנים בני רחמים!
עס איז שוין געשמאקער צו שטארבען ווי דארפען אריבער גיין די אלע חרפות און בושות

בס"ד

למען אחי ורעי אדברה נא

מיט זייער אן אנגעווייטאגט הארץ שרייב איך די פאלגענדע שורות, וד' הטוב יכפר.

מיט א צייט צוריק האט מיר דער דאקטאר געווארענט אז מיין לעבען איז אין א סכנה, יא פשוטו כמשמעו, און איך מוז מיך נעמען אין די הענט אריין, איך מוז מאכען די SURGERIES כל זמן מען קען נאך, איי איך פארמאג נישט קיין שום COVERAGE קיין MEDICAID, און אזא שפיל קאסט איבער $50,000 מינומים ולרש אין כל, איז מען דאך אבער צווישען חברים און ידידים, ובפרט און אזא עולם החסד וויא היינט, האב איך ארויסגעשיקט אן אפיל GO FUND ME און איך בין זיכער געוועהן אז ביז א קורצע צייט וועל איך באקומען שיינע נתינות,
אבער ליידער בין איך זייער אנטוישט און צובראכען, יא עס איז דא אפאר אירע וואס האבען זיך אנגערופען שיין און האבען געענטפערט געוויסע האבען געשיקט טשעקס, אבער רוב רובם מאכען זיך נישט וואוסענדיג לצערי הרב,
בעט איך ענק נאל אמאל חוסו ורחמו עלי, איך וויל נאך קענען חתונה מאכען מיינע קינדערליך שיחיו, און גלייבטת מיר בנאמנות אז דאס איז די איינציגסטע סבה פאר וואס איך וויל נאך לעבען, ווייל עס איז שוין געשמאקער צו שטארבען וויא דארפען אריבער גיין די אלע חרפות און בושות, מען ווייסט דאך אז איך בין אויף צרות ליידער און אז איך האב נישט קיין געלט וכו' וכו', נאר וואס דען, פארוואס ענטפערט מען נישט בספ"י, איך בין זייער צובראכען,
איך בין דן לכף זכות אז מען וויסט נישט דעם חומר הענין, על כן בעט איך ענק אל תשליכינו לעת זקנה, ראטווטע מיין לעבען,
ובזכות זה וועט השי"ת ענק באצאלען מכ"מ געזונט און נחת השפעות טובות, אמן,
אויב ווילט איר מער פרטים רופט מיך איך וועל מיך פרייען צו רעדען צו ענק,
ידיכם טובי' מאיר ניימאנן

ביטע גייט ארויף אויף דא https://www.gofundme.com/MayerNeuman
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג מאי 19, 2016 4:59 pm

ביטע ארום שיקן איך קען מען נישט צוקיקן וויאזוי דאס איד ליידט אזוי צוזאם
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » דאנארשטאג מאי 19, 2016 5:08 pm

ר' טובי' מאיר איז א איד וואס האט הונדערטער אידן געשטעלט אויף די פיס, ועוד ידו נטוי' לאמיר אים נישט לאזן אונטערברעכן פשוטו כמשמעו
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג מאי 19, 2016 5:27 pm

גערעכט ער איז א איד וואס טוט אזויפיל פאר אנדערע אידן, לאמיר יעצט טוען פאר אים.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג מאי 19, 2016 6:03 pm

זינט די אשכול איז געפענט געווארן איז שוין צוגעקומען פרישע 2000 טאלער בערך

אשריך אייוועלט אשריך!

ומכאן הבקשה יוצאת צו יעדן איינעם צו זיין א חלק פון די נמנו חביריו לדבר מצוה
ס'פעלט נאך אויס ארום 30 אלפים צו קענען דעקן די ריזיגע רפואה קאסטן

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג מאי 19, 2016 6:56 pm

השתתפתי בס"ד!

להודות
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דאנארשטאג מאי 19, 2016 8:04 pm

א ציטער איז מיר אדורך. ער טוט אזוי פיל פאר אידן און פאר זיך האט ער גארנישט.
גיימיר זיך שוין משתתף זיין בעז"ה. וממני ילמדו...

האט זיך נישט לעצטענס געעפענט אן אלטערנעטיוו צו פאנדמי ווי מ'פארלירט נישט קיין פראצענט?

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דאנארשטאג מאי 19, 2016 8:31 pm

א גרויסע יישר כח פאר אלע חבירים וואס האבן זיך משתתף געווען און ווער עס זיך נאכנישט קען זיך נאך משתתף זיין, און ווער עס קען עס ארום שיקן צו זיינע נאנטע זאל שיקן , ובזכות מצוות צדקה זאלט איר האבן אלעס גוט

ר' טויבי' מאיר געט איבער א פרעזליכן ישר כח פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען, און אזוי ווי דער טאהש'ער רבי זי"ע פלעגט זאגן פאר ר טויבי' מאיר איך זאג צו אז "ווער עס וועט שטיצן חסדי טובים מאורות וועט געהאלפן ווערן"
תזכו למצוות
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 19, 2016 11:31 pm

משתתף געווען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
רוסישער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm

תגובהדורך רוסישער » פרייטאג מאי 20, 2016 12:35 am

ווי קען מען זיך משתתף זיין דורכן טלפון?
( מיין פילטער לאזט נישט דורך )

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » פרייטאג מאי 20, 2016 1:31 am

משתתף געווען

הצלחה וברכה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

תגובהדורך הצלחה וברכה » פרייטאג מאי 20, 2016 11:10 am

יעצט געגעבן

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

האלט ביי $21,460

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג מאי 20, 2016 11:25 am

משתתף געווען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג מאי 20, 2016 11:43 am

רוסישער האט געשריבן:ווי קען מען זיך משתתף זיין דורכן טלפון?
( מיין פילטער לאזט נישט דורך )

888-242-6440
דריק 0 פארן אפערעטאר און זאג אז דו ווילסט געבן פאר דעם צוועק.
ברכה והצלחה

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג מאי 20, 2016 11:43 am

מזויף מתוכו האט געשריבן:משתתף געווען
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » פרייטאג מאי 20, 2016 11:48 am

זכיתי גם להשתתף
(לט"נ רבי ישעי' ב"ר משה זיע"א מקערעסטיר)
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » פרייטאג מאי 20, 2016 12:10 pm

דוד משה האט געשריבן:
רוסישער האט געשריבן:ווי קען מען זיך משתתף זיין דורכן טלפון?
( מיין פילטער לאזט נישט דורך )

888-242-6440
דריק 0 פארן אפערעטאר און זאג אז דו ווילסט געבן פאר דעם צוועק.
ברכה והצלחה

דוד משה, דיין עוועטאר גיבט מיר ענקזייעטי

שכח פאר די פאון נאמבער, איך האב עס גענוצט

אוועטאר
רוסישער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm

תגובהדורך רוסישער » פרייטאג מאי 20, 2016 4:06 pm

דוד משה האט געשריבן:
רוסישער האט געשריבן:ווי קען מען זיך משתתף זיין דורכן טלפון?
( מיין פילטער לאזט נישט דורך )

888-242-6440
דריק 0 פארן אפערעטאר און זאג אז דו ווילסט געבן פאר דעם צוועק.
ברכה והצלחה


שכוח! געריפען אין זיך משתתף געווען.
טייערע ברידער, פרוטה פרוטה מצטרפת לאמיר אריינכאפן זכותים, לע"נ ר'יצחק בן ר' צבי

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » מוצ"ש מאי 21, 2016 10:40 pm

מארגען קומט פאר א מסיבה לטובת ר' טובי' מאיר
אין וויזניץ זאל

בן בלי שם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:42 pm

תגובהדורך בן בלי שם » זונטאג מאי 22, 2016 11:54 am

בס"ד

איך מוז דיר זאגען שכרך הרבה מאד, זייט דו האסט עס ארויפגעלייגט דא איז שוין צוגעקומען איבער $4000.00, מגלגלין זכות על ידי זכאי, און יעצט וויל איך דיר זאגען אז לפי מיין מיינונג וועט עס קאסטען היבש מער וויא 50 טויזענט, ערשטענס ר' טובי מאיר דארף 2 KNEE REPLACEMENTS, צווייטענס ער רעכענט נישט די REHAB, און דריטנס ער וועט נישט קענען ארבעטען א היבשע פאר וואכען, על כן שלאג איך פאר אז מען זאל מיר זיך צאם נעמען און פרובירען שאפען וויא מער און וויא שנעלער, און בזכות זה וועלען אלע משתתפים האבען געזונט און אלעס גוטס,
וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך, ר' טובי' מאיר טוט פאר אנדערע, טוט מען אים צוריק, עס איז די בעסטע INVESTMENT.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

איבער דעם קאמפיין פאר ר' טובי' מאיר בן ראצל ניימאן

תגובהדורך חייקל » זונטאג מאי 22, 2016 1:39 pm

השתתפתי ונושעתי.. במצוה גדולה ונשגבה.

ווער איז דאס רבי טובי' מאיר? ר' טובי' מאיר איז א איד וואס שמו הטוב הולך לפניו, ער האט ליידער אסאך געוואנדערט צוליב זיינע פאבלעמען, ביז ער איז ב"ה געהאלפן געווארן.

אבער אין יעדן ארט וואו ער האט נאר געלאנדעט אפילו אויך א לינת לילה, איז ער באלד געווארן דער אדרעס פאר יעדן מר נפש און על פי רוב נישט די פאפולערע צוועקן, נאר מער אזעלכע וועלכע האבן נישט ווער ס'זאל טוהן פאר זיי.

און געטוהן האט ער... בכל לבו נפשו ומאודו, פיל מער ווי ער האט געמעגט, פיל מער ווי ער איז געווען ערלויבט, אויף אנפראגעס פארוואס ער רייסט זיך איבער מער ווי מ'איז מחויב לכל הדיעות, איז זיין תירוץ געווען א טיפער קרעכעץ מעומק לבו הנאמן (ניימאן תרתי משמע)

- וויאזוי האב איך געקענט זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם טעלעפאן קול מיט א געוויין וואס כ'האב הערשט באקומען, א איד האט נישט אויף שבת/יו"ט צו מאכן, א איד דארף אויף צרכי רפואה, א בטלניש איד וואלגערט זיך שוין אנטערוועגענס נאך געלט חדשים און ער האט נאך כמעט גארנישט פארדינט.... א תלמיד חכם פון אר"י איז גקומען במקום שאין מכירין אותו קיינער העלפט איהם נישט, א.ד.ג. און יענער איז נעבעך אזוי פארלוירן, ער ווייסט נישט ווי זיך צו ווענדן, ער איז גרייט אהייצופארן מיט ליידיגע הענט און בושות, אבער וואס וועט מער זאגן פאר זיין משפחה אינדערהיים....

און דאן האט ער אנטדעקט ר' טובי' מאיר'ס גאלדען הארץ...

- מעג איך איהם אוועקשיקן מיט ליידיגע הענט??!

יעצט דארף ר' טובי מאיר אונזער הילף פאר זיין פערזענליכן געזונט, פיל איז שוין געשריבן געווארן איבער די היינטיגע נייע סטיילס פון קאמפיינס, וועלכע קענען אויסנעמען בעסער ביי מענטשן צו געבן גרינגער, ווי פאר באמת וויכטיגע צוועקן.

ר' טובי' מאיר קען זיך נישט פארמעסטן מיט 24 שעה'דיגע טשערידי קאמפיינס, אדער מיט בליצערס אין וויליאסמבורג אויפן טאוועל, ער האט נישט קיין וועלט בארימטע זינגער און בדחנים וואס זינגן, מיט א רייכע מוזיקאלישע נעכט, א.ד.ג.

ווען ער קען באווייזן צו טוהן אזא מעכטיגע קאמפיין, מאכט ער דאס סיי וווי פריער פאר זיינע צדקות ווי פאר זיך זעלבסט.

איך בין נישט קיין געדינגענען קאמפיין ליטעראטור שרייבער, איר קענט מיר דא, איך שרייב וואס איך האלט, און איך האלט וואס איך שרייב, און איך זאג אייך "יש קונה עולמו בשעה אחת"!

רבותי, עס איז אן אלט-מאדישע קאמפיין, הארץ צו הארץ, א איד בעהט און וויינט, א איד וועמען יעדער קען, א איד וואס האט שטענדיג אויסגעהערט יענעמס געוויין.

א איד וואס האט נושא חן געווען בי ערליכע אידן צדיקי הדור א שטייגער ווי דער טאהשער רבי זצוק"ל און יבלחט"א דער סקולענער רבי שליט"א ועוד ועוד.

מיר מוזן און מיר וועלן דערהערן זיין געוויין, רופט איין ווארעם, און אויב האט איר שוין געגעבן, זייט מקיים ויתן ויחזור ויתן.

גיבט נאך היינט איבער אייער נדבה דא

*

הוספה: יעצט אנטדעקט אז מ'קען זיך אויך משתתף זיין דורך TheChesedFund

איבערצוגעבן אייער נדבה דארט קליקט דא און העלפט אויפטרייבן די נויטיגע סומע און דערמיט זענט איר מחזק א איד - וואס טראץ וואס ער האט קיינמאל נישט פאררעכנט זיך אלץ פארמעגליכער אדער עושר - דאך גיבט ער זיך אוועק זיין גאנץ לעבן פאר אן אנדערע אידן במלוא מובן המילה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

מטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2014 12:10 pm

תגובהדורך מטל » זונטאג מאי 22, 2016 7:47 pm

1-888-550-3229
אינטערווויא מיט טובי' מאיר מיט ר' אברהמי האלפרען

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מאי 23, 2016 12:51 am

ס'רייסט ביים הארץ צו הערן ווי אזא איש החסד דארף זיך אויסטאן נאקעט אין זיך בעטן פאר אפאר דאלער פאר זיין לעבן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מאנטאג מאי 23, 2016 9:25 am

נעכטען נאכט איז פארגעקומען ביי אונז און מונטריאול א שיינע מסיבה לטובות די כלל ישראל עסקן הרב טובי מאיר שליט"א לרפואה שלימה, עס האבן זיך ב"ה משתתף געווען א ריזן ציבור פון שטאט

בן בלי שם
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:42 pm

תגובהדורך בן בלי שם » מאנטאג מאי 23, 2016 11:14 pm

בס"ד

יא, עס איז געוועהן א הערלכער מעמד, עס האבען זיך באטייליגט מסלתה ומשמנה פון שטאט, רבנים בני תורה בעלי בתים כולל יונגעלייט, עס איז ענדערש געוועהן א דינער, דרשנים האבען גערעדט, יארמער רב איז געוועהן יושב ראש, די זאל איז געוועהן פולף צענדליגער אירע זענען געשטאנען, הקיצור עס איז געוועהן א קידוש השם,

יארמער רב האט דערציילט אז אמאל איז ער אריין צום ברך משה ז"ל, האט דער גבאי געבעטען ער זאל אויפלעבען דעם רבי'ן, האט יארמער רב געזאגט אז ער האט א גריס פונ'ם קרית יואל רב שליט"א, און ער האט אים געהערט נאך זאגען א ווארט פון סערעטער רבין, אזוי? פרעגט דער ברך משה, זאג עס איבער, האט יארמער רב איבערגעזאגט בזה"ל, דער רב האט געזאגט אז ער האט געהערט פון פעטער ז"ל וכו', צושמייכעלט זיך דער רבי זי"ע און זאגט אים דער פעטער מיינט דעם ויואל משה,


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט