כשרע האטעל פאר פסח

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 1:20 pm

כשרע האטעל פאר פסח

תגובהדורך דער נייגעריגער » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:55 pm

ווייסט איינער פון א כשרע האטעל פאר פסח?
יישכ

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אפריל 12, 2016 10:09 pm

ראלי איז אפען פסח. א ליובאוויטשע גרופ איז געווענדליך דארט.
אויך אפענהיימער האטעל אין פליישמאנס נ.י. אבער זיי סערווירן געבראקס (קען זיין ס'דא אן אפשען פון נאן-געבראקס

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 12, 2016 10:10 pm

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:22 pm

בשם א דיין מומחה: עס איז נישטא אזא זאך ווי א כשר'ע האטעל אויף פסח, ווען די מאכסט פסח'דיג נאר מיט'ן בעזעמען דיין קאך אין דיינונג רום מיט א בעזעם איז דאס סאך מער מהודר ווי א "כשר'ע" פסח'דיגע האטעל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:36 pm

Kosher Travel האט געשריבן:יא איך ווייס אפאר...
http://koshertravelinfo.com/vacation-to ... /passover/

פארוואס לייגסט די נישט צו דעם הבהרה וואס די האסט אויף דיין סייט און שפאר איין פאר אידען א אימזוסטיגען קוועטש
Although we can’t guarantee the kashrut of any establishment listed on our site, we do our utmost to only list those establishments that are kosher at least under Modern Orthodox standards. We urge our site visitors to verify the kashrut of each establishment listed before including it in your itinerary.

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:45 pm

דריידל האט געשריבן:ראלי איז אפען פסח. א ליובאוויטשע גרופ איז געווענדליך דארט.
אויך אפענהיימער האטעל אין פליישמאנס נ.י. אבער זיי סערווירן געבראקס (קען זיין ס'דא אן אפשען פון נאן-געבראקס

ווי זאגט יענער דער סארווער פרעגט עם you need געבראקס or non געבראקס. און ער זאגט יא געבראקס געט ער זיפ מיט א קניידל. פרעגט ער דעים נעצטע מענטש און די? דער שכן זאגט ער דארף נישט געבראקס געט ער עם זיפ אן א קניידל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 13, 2016 1:29 pm

חלה האט געשריבן: ווי זאגט יענער דער סארווער פרעגט עם you need געבראקס or non געבראקס. און ער זאגט יא געבראקס געט ער זיפ מיט א קניידל. פרעגט ער דעים נעצטע מענטש און די? דער שכן זאגט ער דארף נישט געבראקס געט ער עם זיפ אן א קניידל

אין דעם האטעל ווי מיר וועלען זיין בעזה"ית וועט מען סערווירען קניידלעך פון קארטאפעל מעהל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:16 pm

קיקיון,

איך שרייב דאס ווייל מען קען נישט נעמען אן אחריות פאר א שוואכע איד ער זאל מיינען אז עס איז כשר בלויז ווייל עס איז ליסטעט אויף קאושער טרעוועל.

למעשה, די מציאות איז אז אסאך היימישע ארטאדאקסישע אידן (נישט חסידיש, אבער היימיש, ויש חכמה בגוים תאמין, וד"ל. סורפרייס: עס איז דא פרומע אידן אינדרויסן פון ווילאמסבורג) וואס זענן פראפעשינעלס סיי ער און סיי זי. דאקטוירים, נוירסעס, לויערס, זיי קענן נישט אהנגרייטן א פסח.

זיי האבן נישט די צייט, נישט די מח, נישט די כח.

כשר'ע פסח האטעלס איז א ביליאן (מיט א ב) ביזנעס. מען קען נישט זאגן אויף אלע אז עס איז נישט כשר. גאנצע משפחות ביים ליטווישן עולם ווי עס איז מער שכיח צו האבן קינדער וואס וויינען אין טאראנטא, ירושלים, פיטסבערג, לעיקוואד און לאס אינזעלאס קומען זיך צוזאם איינמאהל א יאר אין א פסח האטעל.

ויש ויש. מער היימישע, מער פארגרעבט. יא, עס האט נישט קיין פנים סדר אן די ביטש. מסכים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:28 pm

קאושער
איך האב נישט געפרעגט פארוואס די שרייבסט עס אויף דיין סייט דאס איז זייער מובן
מיין שאלה איז פארוואס די שרייבסט עס נישט דא וד"ל
---

א איד האט מיר אמאל דערציילט
ער איז א פלג גופא
משום איזה האט ער נישט געהאט אן אנדערע ברירה נור מיט צינעמען זיין טאטען
אין א מהודרדיגען האטעל ווי מען האט געשיילט די עפפעל
און זיין טאטע האט זיך געלאזט מתיר נדר זיין ער זאל זיך קענען מישען

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:36 pm

ישר כח פארן שרייבן.

קלאר, א פסח האטעל איז נישט פארן חסידישן עולם. איך האב נישט געמיינט ח"ו מכשיל זיין קיינעם מיט חמץ בפסח. און ישר כח פארן שרייבן די דיסקלעימער דא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:05 pm

.
צוגעלייגטע
8288482654334bffbe82c49d39946b4c.jpg
8288482654334bffbe82c49d39946b4c.jpg (480.51 KiB) געזעהן 285 מאל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט