בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:36 am
דורך רשכבהג
געצל פון וועלעכע עלטער (איעזש) קינד דערסטו?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 11:05 am
דורך יקוםפרקן
לאמיר טוען וואס אינזערע זיידעס האבן געטאן! שאל אביך ויגדך.
כ'האב געפרעגט און זיי דערציילן אז ביי זייער שטעטל איז נישט געווען א מושג אז א קינד זאל ארומלויפן אין בית המדרש און שטערן דעם טאטן פון דאווענען און אוודאי נישט א צווייטן.
דער משנה ברוה אויפ'ן פלאץ אין סי' קכד נאכ'ן אראפברענגען דעם אויבנדערמאנטן מג"א און פרמ"ג לייגט נאך צו אז: ומלבד כ"ז נכון לאב המביא קטנים... להשגיח על בגדהים וסנדליהם אם הם נקיים כדי לשא להכשיל בזה להמתפללים בתוך ד' אמותיהם.
באמת איז טאקע דא קינדער וואס קענען איינזיצן שטילערהייט אין ביהמ"ד מיט א פעקעלע, דאן איז דאך גוט. אבער די וואס קענען נישט זיין שטיל טאר מען זיכער נישט ברענגען אין ביהמ"ד. אויף די קשי' פון ר' געציל אז ביי הקהל זעען מיר אן ענין פון פיצלעך קינדער, קודם כל איז דאס טאקע נאר געווען איין מאל אין זיבן יאר ווי ס'איז מבואר באריכות אנהויב מס' חגיגה עיי"ש, און באמת זענען מיר דאס מקיים היינט אויך אום יו"ט שמחת תורה, וואס דאן ברענגט מען טאקע אויך די גאנץ קליינע ווי דער מנהג איז.
און נאך איין ווארט איבער ברענגען קליינע פיצלעך נאך מיט שפילצייג צו לכה דודי (די וועלכע זענען נישט שטיל) ווייל די מאמע וויל זיך אראפלייגן, איז מן הסתם ווען איר וועט פרעגן אן ערנסטען דיין וועט ער פסקנ'ן אז עס פעלט אויס פאר די רביצין דאן זאלט איר דאווענען אינדערהיים און אכטינג געבן אויף די קינדער.
און די פרויען דארף מען ערקלערן אז דאס שאדט זייער פאר די קינדער אז זיי געוויינען זיך אז אין שול מעג מען זיך שפילן און נאכדעם ווען זיי ווערן עלטער איז דאס איז זייער שווער אפצוגעוויינען און אז מ'רעדט ערנסט וועלן זיי דאס אננעמען ווייל יעדע פרוי וויל אז איר זון זאל וואקסן אן ערליכער איד. און זי קוקט שטארק אראפ אויף די וועלכע שטייען אינרויסן פון ביהמ"ד ווען זי קומט אין די הייליגע טעג מיט'ן לעצטן אטעם אין שול אריין.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 04, 2011 6:49 pm
דורך הלשון
אינעם אויסגאבע "מעלות" דעם חודש אלול תשע"א, איז דא אן ארטיקל איבער ברענגן קינדער אין שול צום דאווענען...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 2:59 pm
דורך יקוםפרקן
הלשון האט געשריבן:אינעם אויסגאבע "מעלות" דעם חודש אלול תשע"א, איז דא אן ארטיקל איבער ברענגן קינדער אין שול צום דאווענען...


און וואס זאגן זי דארטן.
(כ'האב אויפגעהערט אריינצונעמען דעם מעלות אין שטוב מיט יארן צוריק ווען זיי האבן געשריבן גאנצע ארטיקלען אראפצורייסן די פרויען און מיידלעך וועלכע פאסטן נישט! אזאך וואס ביי אונז חסידים האט מען דערין שטארק מיקל געווען. כ'דענק אז מיין ווייב האט מיך דאן געפרעגט איבער דעם האב איך איר געזאגט גיי פרעג דיין באבע וויאזוי ס'איז געווען ביי זיי אינדערהיים (זי האט געשטאמט פון רבנישע משפחה בעלי רוה"ק) און די באבע האט געזאגט אז איר טאטע האט זיי נישט געלאזט פאסטן נאר ת"ב און יוה"ק. - האב איך דאן פארשטאנען אז זיי ווערן נשפע פון פרומע ליטוואקעס, וועלכע פרובירן אפצולאכן פון חסידים א שטייגער פון אמאליגע מתנגדים. נו זאלן זיי דאס קויפן און אריינברענגען אין שטוב.)