איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פארטי! פארטי!
דעיס ווארט גריצלט אין די אויערן פון עטליכע וואכן פאר חנוכה ביז אפאר טאג נאך חנוכה...

דאס אז די ווייבער זענען מחליט שוין וואכן פריער וועלכע געים מ'גייט שפילן, און וועלכע אקטיוועטי איז אינטרעסאנט, איז רוב מאל נישט נוגע פאר אונז "מענער",
דאס אז יעדער מוז ברענגען א בילד פון זיך אלץ קינד און מ'פראבירט צו געסן ווער דאס איז, וכדומה.... וואס האט דאס מיט מיר?

רוב מאל זיצן די מענער אין די זייט פאר 2 שעה און מ'טוט נישט גארנישט, (איינער מיט א סמארט פאון האט אביסל יא וואס צו טון....)

איינער האט מיר היינט געבעטן צו עפענען אזא אשכול ווי מענטשן זאלן קומען מיט איידיעס וואס צו טון ביי חנוכה פארטי'ס ביים עזרת אנשים,

למשל, איינער איז אויף געקומען מיט א בייפאל, היינט נאכט איז די דריטע חנוכה לעכטל, אויסגעטיילט פאפירן מיט פעדער'ס פאר יעדן איינעם, און מ'זאל שרייבן אלעס וואס מ'געדענקט וואס האט שייכות מיט נומבער 3, די ענפער'ס זענען געוועהן להפליא...
איינער האט אפי' געשריבן אז פון מאל צו מאל ווערט ער צו'דריי-ט......
וכן פערדע נאכט, פיפטע נאכט, וכו',

שנית, א משפחה מיט קאלירפולע מענטשן, האט מען אויסגעפרעגט דעם ציבור קשיות (מ'מוז נישט ענפערן נאר אז מ'וויל) דעם שמש האט מען געפערגט למשל וואס טוט מען אז מ'האט א מאנגל אין קעיק שבת ביים קידוש?....
דעם מלמד וואס טוט ער ווען א טאטע זאגט אז זיין יונגל קען נישט קיין איין ווארט, וכו' וכו',
ארבעטער'ס ווען איז געוועהן דיין שווערסטע טאג אין די ארבעט?,
דערצייל טשיקאווע עפיזאדן פון דיין ארבעט,
מ'קען אפי' פרעגן שאלות פון די בחורים, לגבי חברותות, מגידי שיעור, וכו'

און אזוי ווערט אינטרעסאנטע טאקינג פוינט'ס....

ווער ס'האט נארמאלע איידיעס - פאר מענער, זאל אהער לייגן, והציבור יהנה.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבער »

ביי אינזער משפחה. קעניינע הארע א גרויסע משפחה מיט עטליכע חתונה געהאטע אייניקלעך האט איינער ארום געקאלט פאר די מסיבה אז יעדער איינער זאל מיט ברענגען עפעס וואס ער האט נאך פון אלץ בחור צי פון אלץ יונגעל
סאיז געווען מוראדיג! יעדער העט געברענגט זייער אינטערעסאנטע זאכען! אפילו די ראש המשפחה האט געוויזען חפצים פון עטליכע פיפציג יאר צירוק! סאיז געווען זייער אינטערעסאנט און עפעס וואס האט ארויפגעברענגט נאסטאלגיע און זכרונות פונעם אמאל!
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיגע רעיון, ר' גראבער!
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

געוואלדיגע אשכול. איך האב היי יאר באמערקט אין די קינדער אפטיילונג פון מאמענט א גאנצע סעט פון גוטע געימס (כ׳ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס געלייגט ביי קינדער אפטיילונג בשעת רוב געימס זענען פונקט אזוי פאר ערוואקסענע, מסתמא פאסט נישט צו מאכן געימס נאר אונטערן מאנטל אז ס׳איז פאר קינדער, אבער לאמיר זיך נישט נערן, מיר טאטעס דארפן אויך עפעס צו טון ביי די לאנגווייליגע פארטיס.

איך לייג דא ארויף דעם געים וואס איך האב גענומען מאנטאג נאכט צו די פארטי, דער עולם האט זיך מחיה געווען. אזוי האבן זיי געימס פאר יעדע נאכט פלאס נאך אפאר פעידזשעס פיל מיט איידיעס
ֿ
אטעטשמענטס
די געים פון מאמענט׳ס קינדער אפטיילונג וואס מיר האבן געשפילט מאנטאג נאכט
די געים פון מאמענט׳ס קינדער אפטיילונג וואס מיר האבן געשפילט מאנטאג נאכט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איי שאצל, ווי א שירעם נאך א רעגן, ווי א אתרוג נאך סוכות, צוויי טאג נאכן באערינג חנוכה פארטי דערמאנסטו דיך....

שוין, וועט מען מוזן געדענקן דעם אשכול אויף איבער א יאר אין פריידן, שכויעך פארן אונז אינזין האבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כמיין אז די פראבלעם איז נאר ביי גרויסע משפחות.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

חוששני משום מושב ליצים
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ייש"כ שאצי פאר'ן גיין פתיחה
לאמיר צולייגן מיין ערפארונג אין די ענין:
איין יאר האט יעדער באקומען א צוויטן וועם ער דארף לכבודו עפעס ברענגען (גרעב-בעג) די טעמע איז געווען אז יעדער האט געברענגט א תורה-סידי (פון קרן שמואל ישעי' אדער ובלכתך אדער גמ"ח יוסף שלמה) און די טאפיק פון די סידי האט געברויכט אנדייטן פאר וועם ער גיבט עס און דער עולם האט געדארפט געססען פאר וועם עס איז, פארשטייט זיך עס איז געווען בייגעלייגט מיט טשיקאווע פאומ'ס וכדומה.

איין יאר האט מען אויסגעטיילט פאפירן און יעדער האט אפגעשריבן א גברא אויף איין פאפיר און א חפצא אויף א צווייטע
דערנאך טיילט מען אויס פאר אלע מסובים איינס פון יעדע און יעדער ברויך פרובירן מאכן א שילוב פון די חפץ מיט די נאמען פון די מענטש על פי הלכה אדער דרוש אדער אגדה וכדומה.

א צווייטע מאל האט מען פארטיילט פאפירן מיט פעדערס און מען האט אויסגערופן א אות און יעדער האט געדארפט אין דריי מינוט אפשרייבן נעמען פון שטעט ערשטע מענער און פרויען נעמען און לעצטע נעמען וועלכע פאנגן זיך אן מיט יענע אות און אויך ספרים.

איינמאל האט מען אויסגערופן שטעט און יעדער האט אראפגעשריבן ווער עס האט דארט משמש געווען ברבנות און וועלכע מחברי ספרים זענען דארט געווען און אזוי ווייטער
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפקארן »

אויסגעטיילט פאפירן און יעדער האט אפגעשריבן
וועלכע מצוות אדער מימרות עס האט ציטוהן מיטען אויער
צב"ש אזנים לכותל, כל המסיר אזנו..., צורם אוזן... או לאוזן שכך....

אדער מיטן נאז.....
ריחה מילתה ועוד ועוד
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אויב די ראש המשפחה האבן בילדער פון 40-50 יאר צוריק, לייג עס ארויף אויף א סלייד און דינג א פראדזשעקטאר.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחקי »

איינער האט עפעס א אינטערעסאנטע לייטישע געדאנק?
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחקי »

יצחקי האט געשריבן:איינער האט עפעס א אינטערעסאנטע לייטישע געדאנק?
אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחקי »

ממש אזוי?! קיינער ווייסט נישט פון עפעס א אינטערעסאנטע איידיע?
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

איז דא ווי צי טרעפן אינטרעסאנטע איידיעס / פראגראמען פאר א חנוכה מסיבה פאר קינדער פין 12-13 ?
גראבט גריבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:15 pm

Re: איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבט גריבער »

גאר וויכטיג!!

א געדאנק פאר א חנוכה מסיבה וואס זיצן מער ערנסטע מענטשן.
אויפגעשטעלטערהייט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2023 1:29 pm

געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעשטעלטערהייט »

האט איר עפעס איידיעס פון געימס וואס מען קען שפילן ביים חנוכה פארטי?
דאן קומט אריין... שכח!
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

ווארט+

דעי געים ארבעט אז איינער זאגט א ווארט אין די צווייטער זאגט עס איבער אין לייגט צו נאך א ווארט אין אזוי אויך די דריטער, וחזר הדין

ד.ה. דער ערשטער זאגט "שיף" דער צווייטער זאגגט "שיף בוים" דער דריטער "שיף בוים גלעזל".... "שיף בוים גלעזל האר".... "שיף בוים גלעזל האר מילך”.....

אין אידער דארף האלטען קאפ ביז מווערט אזוי צעמישט אז מקען שוין נישט גיין ווייטער

סאיז א גרינגע געים, פארלאנגט נישט קיין שום צוגרייטונגן, אסאך פאן, שפילט זיך די בעסטע מיט בערך אכט שפילער’ס וויל צו סאך קען מען נישט האלטן קאפ אין צי ווייניג גייט מען צופיל ארום... א פרייליכען חנוכה
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

◄ ווייז ספוילער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/96808

פון 0:17 ביז 6:16 איז פאסיג פאר די אשכול...
SimpleSimon
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

לשונות התלמוד.pdf
(97.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 39 מאל
אטעטשמענטס
געים.pdf
(187.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 36 מאל
SimpleSimon
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

שנייד זיי אויס, ווייז דעהם ציבור איינס אויף אמאל, ווער עס ענטפערט ערשט באקומט די קארטל. ווער עס האט די מערסטע קארטלעך געבט זיידי א אויסגעצאלטן מאלטי פעמילי הויז און באשוויק.
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

איז דא א געדאנק וואס נעמט אריין מער ידיעות פאר א משפחה מיט תלמידי חכמים?
פאמפעניקעל
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 5:04 pm

Re: איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמפעניקעל »

גאר א שטאקער פריילעכער געים!

מער געאייגנט פאר א חברים צוזאמקום אדער ווען עס איז דא אסאך חתונה געהאטע ברודערס און שוואגער’ס

מען הייבט אן גיין אין א סדר יעדער דארף זיך אויפשטעלן רעדן אומצוגעגרייט און קיין שום סטראקטשער נישט קיין מעשיות אדער תורה’ס נאר אראפלייגן וואס סקומט נאר אריין אין קאפ, און מען טאר זיך נישט אפשטעלן טראכטן וואס מען גייט זאגן....

איינער צינדט אן א טיימער פאר יעדער הייבט אן רעדן, און ווען יענער ווערט שטיל גייט מען צום נעקסטן אין די שורה.... און מען טיימט נאכאמאל...

און דער וואס האט גערעדט דאס לענגסטע איז דער ערשטער געווינער

און דערנאך וואוט מען פון וועם מען האט דאס מערסטע הנאה געהאט, און דער וואס האט די מערסטע וואוטס איז דער צווייטער געווינער

ווערטער זענען איבריג, לאזט מיר וויאזוי עס איז געווען....
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פאמפעניקעל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:47 pm
גאר א שטאקער פריילעכער געים!

מער געאייגנט פאר א חברים צוזאמקום אדער ווען עס איז דא אסאך חתונה געהאטע ברודערס און שוואגער’ס

מען הייבט אן גיין אין א סדר יעדער דארף זיך אויפשטעלן רעדן אומצוגעגרייט און קיין שום סטראקטשער נישט קיין מעשיות אדער תורה’ס נאר אראפלייגן וואס סקומט נאר אריין אין קאפ, און מען טאר זיך נישט אפשטעלן טראכטן וואס מען גייט זאגן....

איינער צינדט אן א טיימער פאר יעדער הייבט אן רעדן, און ווען יענער ווערט שטיל גייט מען צום נעקסטן אין די שורה.... און מען טיימט נאכאמאל...

און דער וואס האט גערעדט דאס לענגסטע איז דער ערשטער געווינער

און דערנאך וואוט מען פון וועם מען האט דאס מערסטע הנאה געהאט, און דער וואס האט די מערסטע וואוטס איז דער צווייטער געווינער

ווערטער זענען איבריג, לאזט מיר וויאזוי עס איז געווען....
דאס מיינט רעדן פון 'פייער און וואסער'

סאונד זייער א סקערי געים.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

IMG-20231212-WA0035.jpg
IMG-20231212-WA0035.jpg (116.14 KiB) געזען 227 מאל
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: געימס פאר חנוכה פארטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

מנשה מאיר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:51 pm
איז דא א געדאנק וואס נעמט אריין מער ידיעות פאר א משפחה מיט תלמידי חכמים?
viewtopic.php?t=66268
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”