איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

איידיעס פאר חנוכה פארטיס - מענער

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 11:35 pm

פארטי! פארטי!
דעיס ווארט גריצלט אין די אויערן פון עטליכע וואכן פאר חנוכה ביז אפאר טאג נאך חנוכה...

דאס אז די ווייבער זענען מחליט שוין וואכן פריער וועלכע געים מ'גייט שפילן, און וועלכע אקטיוועטי איז אינטרעסאנט, איז רוב מאל נישט נוגע פאר אונז "מענער",
דאס אז יעדער מוז ברענגען א בילד פון זיך אלץ קינד און מ'פראבירט צו געסן ווער דאס איז, וכדומה.... וואס האט דאס מיט מיר?

רוב מאל זיצן די מענער אין די זייט פאר 2 שעה און מ'טוט נישט גארנישט, (איינער מיט א סמארט פאון האט אביסל יא וואס צו טון....)

איינער האט מיר היינט געבעטן צו עפענען אזא אשכול ווי מענטשן זאלן קומען מיט איידיעס וואס צו טון ביי חנוכה פארטי'ס ביים עזרת אנשים,

למשל, איינער איז אויף געקומען מיט א בייפאל, היינט נאכט איז די דריטע חנוכה לעכטל, אויסגעטיילט פאפירן מיט פעדער'ס פאר יעדן איינעם, און מ'זאל שרייבן אלעס וואס מ'געדענקט וואס האט שייכות מיט נומבער 3, די ענפער'ס זענען געוועהן להפליא...
איינער האט אפי' געשריבן אז פון מאל צו מאל ווערט ער צו'דריי-ט......
וכן פערדע נאכט, פיפטע נאכט, וכו',

שנית, א משפחה מיט קאלירפולע מענטשן, האט מען אויסגעפרעגט דעם ציבור קשיות (מ'מוז נישט ענפערן נאר אז מ'וויל) דעם שמש האט מען געפערגט למשל וואס טוט מען אז מ'האט א מאנגל אין קעיק שבת ביים קידוש?....
דעם מלמד וואס טוט ער ווען א טאטע זאגט אז זיין יונגל קען נישט קיין איין ווארט, וכו' וכו',
ארבעטער'ס ווען איז געוועהן דיין שווערסטע טאג אין די ארבעט?,
דערצייל טשיקאווע עפיזאדן פון דיין ארבעט,
מ'קען אפי' פרעגן שאלות פון די בחורים, לגבי חברותות, מגידי שיעור, וכו'

און אזוי ווערט אינטרעסאנטע טאקינג פוינט'ס....

ווער ס'האט נארמאלע איידיעס - פאר מענער, זאל אהער לייגן, והציבור יהנה.

אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

תגובהדורך גראבער » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 12:09 am

ביי אינזער משפחה. קעניינע הארע א גרויסע משפחה מיט עטליכע חתונה געהאטע אייניקלעך האט איינער ארום געקאלט פאר די מסיבה אז יעדער איינער זאל מיט ברענגען עפעס וואס ער האט נאך פון אלץ בחור צי פון אלץ יונגעל
סאיז געווען מוראדיג! יעדער העט געברענגט זייער אינטערעסאנטע זאכען! אפילו די ראש המשפחה האט געוויזען חפצים פון עטליכע פיפציג יאר צירוק! סאיז געווען זייער אינטערעסאנט און עפעס וואס האט ארויפגעברענגט נאסטאלגיע און זכרונות פונעם אמאל!
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 6:33 am

געוואלדיגע רעיון, ר' גראבער!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:07 am

געוואלדיגע אשכול. איך האב היי יאר באמערקט אין די קינדער אפטיילונג פון מאמענט א גאנצע סעט פון גוטע געימס (כ׳ווייס נישט פארוואס זיי האבן עס געלייגט ביי קינדער אפטיילונג בשעת רוב געימס זענען פונקט אזוי פאר ערוואקסענע, מסתמא פאסט נישט צו מאכן געימס נאר אונטערן מאנטל אז ס׳איז פאר קינדער, אבער לאמיר זיך נישט נערן, מיר טאטעס דארפן אויך עפעס צו טון ביי די לאנגווייליגע פארטיס.

איך לייג דא ארויף דעם געים וואס איך האב גענומען מאנטאג נאכט צו די פארטי, דער עולם האט זיך מחיה געווען. אזוי האבן זיי געימס פאר יעדע נאכט פלאס נאך אפאר פעידזשעס פיל מיט איידיעס
ֿ
צוגעלייגטע
IMG_9950.JPG
די געים פון מאמענט׳ס קינדער אפטיילונג וואס מיר האבן געשפילט מאנטאג נאכט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:27 am

איי שאצל, ווי א שירעם נאך א רעגן, ווי א אתרוג נאך סוכות, צוויי טאג נאכן באערינג חנוכה פארטי דערמאנסטו דיך....

שוין, וועט מען מוזן געדענקן דעם אשכול אויף איבער א יאר אין פריידן, שכויעך פארן אונז אינזין האבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:42 am

כמיין אז די פראבלעם איז נאר ביי גרויסע משפחות.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 4:33 pm

חוששני משום מושב ליצים

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 4:43 pm

ייש"כ שאצי פאר'ן גיין פתיחה
לאמיר צולייגן מיין ערפארונג אין די ענין:
איין יאר האט יעדער באקומען א צוויטן וועם ער דארף לכבודו עפעס ברענגען (גרעב-בעג) די טעמע איז געווען אז יעדער האט געברענגט א תורה-סידי (פון קרן שמואל ישעי' אדער ובלכתך אדער גמ"ח יוסף שלמה) און די טאפיק פון די סידי האט געברויכט אנדייטן פאר וועם ער גיבט עס און דער עולם האט געדארפט געססען פאר וועם עס איז, פארשטייט זיך עס איז געווען בייגעלייגט מיט טשיקאווע פאומ'ס וכדומה.

איין יאר האט מען אויסגעטיילט פאפירן און יעדער האט אפגעשריבן א גברא אויף איין פאפיר און א חפצא אויף א צווייטע
דערנאך טיילט מען אויס פאר אלע מסובים איינס פון יעדע און יעדער ברויך פרובירן מאכן א שילוב פון די חפץ מיט די נאמען פון די מענטש על פי הלכה אדער דרוש אדער אגדה וכדומה.

א צווייטע מאל האט מען פארטיילט פאפירן מיט פעדערס און מען האט אויסגערופן א אות און יעדער האט געדארפט אין דריי מינוט אפשרייבן נעמען פון שטעט ערשטע מענער און פרויען נעמען און לעצטע נעמען וועלכע פאנגן זיך אן מיט יענע אות און אויך ספרים.

איינמאל האט מען אויסגערופן שטעט און יעדער האט אראפגעשריבן ווער עס האט דארט משמש געווען ברבנות און וועלכע מחברי ספרים זענען דארט געווען און אזוי ווייטער
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 4:57 pm

אויסגעטיילט פאפירן און יעדער האט אפגעשריבן
וועלכע מצוות אדער מימרות עס האט ציטוהן מיטען אויער
צב"ש אזנים לכותל, כל המסיר אזנו..., צורם אוזן... או לאוזן שכך....

אדער מיטן נאז.....
ריחה מילתה ועוד ועוד

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 6:17 pm

אויב די ראש המשפחה האבן בילדער פון 40-50 יאר צוריק, לייג עס ארויף אויף א סלייד און דינג א פראדזשעקטאר.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 9:48 pm

איינער האט עפעס א אינטערעסאנטע לייטישע געדאנק?

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:46 pm

יצחקי האט געשריבן:איינער האט עפעס א אינטערעסאנטע לייטישע געדאנק?

אוועטאר
יצחקי
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » זונטאג דעצמבער 02, 2018 1:33 pm

ממש אזוי?! קיינער ווייסט נישט פון עפעס א אינטערעסאנטע איידיע?

שפאניע
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

תגובהדורך שפאניע » זונטאג דעצמבער 02, 2018 10:42 pm

איז דא ווי צי טרעפן אינטרעסאנטע איידיעס / פראגראמען פאר א חנוכה מסיבה פאר קינדער פין 12-13 ?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט