בלאט 5 פון 7
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:11 am
דורך דוד פיישוט
זייער פשוט
ווילאנג ער איז פארנומען צו פארשאפן א רייזע פאר זיין טאונער האט ער פשוט נישט קיין "צייט" צו ענטפערן....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:12 am
דורך סמארט
פעדער האט געשריבן:קען מיר איינער ביטע פארשטיין געבן? וואס האט א טאונער מיט קענען אפענטפערן א צוייטן?
איז דען נישט א טאונער, א פלעשל טינט פארן פאטאקאפי מאשין?
קוק אביסל ארויף...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:19 am
דורך פעדער
שעפעלע, כ'האב אלעס געזעהן. אבער ברוב תמימותי קוק איך נישט אלעס אהן אזוי סארקאסטיש, און אויף א צינישן אופן..כ'האב באמת געמיינט אז קרעמער נויטיגט זיך אין א טאונער אפצוענטפערן זיינע אפאנענטס..
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:35 am
דורך מאשקע
און איך האב געמיינט אז ער זוכט א פשוט'ע "פעדער" צו קענען ענטפערן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:44 am
דורך האניג
אופס, ס'איז בטעות אנגעקומען שווארצע טינט אנטשטאט רויטע. קרעמער ווערט אויס מנהל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:57 am
דורך פעדער
נא. נא. יעצט קומט דער ריכטיגער בעל טובה, וואס וועט אים פראסט און גראד בארגן א טאונער, מעגליך אז יענער וואוינט אפ' נעקסט דאר, אדער א שכן מיט אים ביים שיעור אין ביהמ"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:18 pm
דורך קרעמער
פעדער האט געשריבן:נא. נא. יעצט קומט דער ריכטיגער בעל טובה, וואס וועט אים פראסט און גראד בארגן א טאונער, מעגליך אז יענער וואוינט אפ' נעקסט דאר, אדער א שכן מיט אים ביים שיעור אין ביהמ"ד

חכם עדיף מנביא. דערווייל נוץ איך טאקע מיין שכנ'ס פרינטער, תשואת חן חן לו (ער ליינט נישט דא, האט נישט קיין אינטערנעט)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:28 pm
דורך סמארט
קרעמער האט געשריבן:פעדער האט געשריבן:נא. נא. יעצט קומט דער ריכטיגער בעל טובה, וואס וועט אים פראסט און גראד בארגן א טאונער, מעגליך אז יענער וואוינט אפ' נעקסט דאר, אדער א שכן מיט אים ביים שיעור אין ביהמ"ד

חכם עדיף מנביא. דערווייל נוץ איך טאקע מיין שכנ'ס פרינטער, תשואת חן חן לו (ער ליינט נישט דא, האט נישט קיין אינטערנעט)
און אפשר בארגט ער פון זיין שכן? (וויי פיי בלע"ז).....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:28 pm
דורך האניג
ער האט נישט אינטערנעט? נו וואזשע דארף ער טאונער? (כ'מיין ווער בין איך...)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:30 pm
דורך קרעמער
זיין קאמפיוטער איז נישט אויסגעשטאט מיט ווייפיי (פון וואנעט ווייס איך? ווייל ער קומט אריבער צו מיר טשעקן זיינע אימעילס. שבור לי ואשבור לך [נישט קיין טעות])
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:38 pm
דורך דארפסמאן
נא עס איז אונגעקומען ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:45 pm
דורך שטארק זיך
דארפסמאן האט געשריבן:נא עס איז אונגעקומען ?
נאופס,
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:16 pm
דורך קרעמער
די גאנצע סיטואציע צימער האט אויסגעבראכן אין א הילכיגע "WE GOT HIM" ווי נאר דער פערטער בעל טובה האט אריינגעזענדט דעם געהיימען סוד "I HAVE YOUR TONER"
ביז געציילטע מינוטן וועט דער אזוי געגארטער טאונער ערשיינען אי"ה במלא יפיו והדרו קבל איי-עולם ומלואו
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:24 pm
דורך שמערי בערי
אבי מיר ווילסטו נישט אויפנעמען. נא נא (יעדעס מאל כ'פאר אריבער קרעמערס קאטעדשעס קוק איך צו ביסט נישט צופעליג אינדרויסן....)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 6:16 pm
דורך קרעמער
GERANIMO
דאס פעקל איז דא, און שוין איינגעשטעלט געווארן אינעם פרינטער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 7:57 pm
דורך מומחה עצום
צוריק צום ענין, כ׳ברויך א היטש דאנערשטאג פון ק"י אין שטאט אריין נו, לאמיר זען ווער ס'רופט זיך אן ערשט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 8:29 pm
דורך פעדער
שוין! יעצט העמער הערן צו זינגען און צו זאגן פון מומחה'ס היטש. וואס איז מיט בעיקער טאון? ביסט עמפינדלעך צו פרעמדע קארן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:38 pm
דורך jkup50
האלטס ענק איין נאך אביסל קומט הער קרעמער אויס מיט א פרעסע קאנפרענס אז מהאט אים געשיקט די נישט ריכטיגע טאנער!!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 8:31 am
דורך האניג
כ'מיין ס'עט ענדערש זיין א פרעס קאפערענס פארוואס מ'האט חותם געווען דעם פארום...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:08 am
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:GERANIMO
דאס פעקל איז דא, און שוין איינגעשטעלט געווארן אינעם פרינטער
וואונדער איבער וואונדער, אלעס אן אפילו איין שאס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:10 am
דורך קרעמער
די מיסיע פון פארשאפן דעם טאונער און דאס אפליפערן בשלום צו איר דעסטינאציע איז אזוי געהיים, אז מיר קענען ניטאמאל ארויסשרייבן די ניק-נעמען פון די באטרעפנדע
וועלן מיר זיך באגעניגן מיט א כלליות'דיגע דאנק פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די גאנצע קאמאנדא אקציע, אנגעהויבן פון דעם חבר טוב וואס האט מיך אינזין געהאט ביי זיין באזוך אין 'סטעיפלס' און געקויפט (אויף בארג, דערמאן מיך צו באצאלן!) דעם טאונער. דער זעלבער האט מיר מייעץ געווען אנצופרעגן ברבים וועגן א וועג פון קרית יואל אהער, און א גאר קורצע צייט דערויף איז געקומען א מעלדונג פון א חשוב'ער ניק אז ער איז באקאנט מיט איינעם וואס מאכט דעם וועג אויפצומארגנס. איינער האט געשיקט דעם צווייטן, די טאונער איז געווארן אויפגעפיקט און אפגעליפערט נאכן טוישן עטליכע פאר הענט, און אחרון אחרון חביב האט מיר א היזיגער קרוב געטוהן די געפעליגקייט דאס אויפצופיקן פונעם דראפ-אף פלאץ א שטיקל מהלך פון דא.
זאלט איר אלע געבענטשט ווערן ממעון הברכות, און פארשריבן ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה (יא, מען שטייט שוין נאך ט"ו באב)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:22 am
דורך פליגל
קרעמער האט געשריבן:די מיסיע פון פארשאפן דעם טאונער און דאס אפליפערן בשלום צו איר דעסטינאציע איז אזוי געהיים, אז מיר קענען ניטאמאל ארויסשרייבן די ניק-נעמען פון די באטרעפנדע
אנגעהויבן פון דעם חבר טוב וואס האט מיך אינזין געהאט
א שם דבר אדער א ניק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:48 am
דורך קרעמער
ס'דא אזא ניק?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:03 am
דורך האניג
אקעי, א נייער מיסיע, ווערט גייט דערמאנען קרעמער צו צאלן פאר'ן טאונער? עני יוניטס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:15 am
דורך סמארט