בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 11:03 pm
דורך ארבעטער
די צוויי גרעסטע פראבלעמען איז
1. נאך 15 יאר פארלירט מען סעק 8
2. מען קען נאר באקומען זייער א קליינע מארטגעדז

אויב קענסטו לעבן מיט די צוויי פראבלעמס דאן לוינט זיך עס צו נעמען און האבן די הרחבת הדעת פון א אייגענע דירה אויף די אייגענע נאמען

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 11:05 pm
דורך ארבעטער
און אזוי ווי אפענע וועלט האט געשריבען אויבן אז אויב נעמט מען עס לוינט זיך ארויף צוגיין אויף די FCC פראגרעם און מאכען אפאר דאללער

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 11:15 pm
דורך מיסטעריעז
אז דו ביסט שוין דאהי, איז פשוט מענטשליך דיר צו באדאנקען פאר דיין תגובה פון 2 א האלב יאר צוריק... זייער קלאר מיט אסאך איינצלהייטן.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2018 11:59 pm
דורך יאצמעך
מיסטעעריעז האט געשריבן:אז דו ביסט שוין דאהי, איז פשוט מענטשליך דיר צו באדאנקען פאר דיין תגובה פון 2 א האלב יאר צוריק... זייער קלאר מיט אסאך איינצלהייטן.


גא״מ

שוין לאנג נישט געזען אזא לאנגע פראצעדור אראפ געלייגט קארץ און שארף און דאך אריין געווארפן אלע קליינעקייטן וואס קען נוגע זיין.

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2018 9:14 am
דורך פאראויס
I'm buying in the city.

Is there ANY program in the city to help with lower interest rate or other help?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:47 pm
דורך בערל קראקאווער
אפענע וועלט האט געשריבן:It is good to be aware of one extremely beneficial program called FSS, standing for family self sufficient funds.
This is the only program that helps a person earn more and loose less.
Basically if you are low income and fear to earn more because you are going to loose you sec. 8. The gov. Tells you, go 'work more and earn more' and the amount you are going to loose because of the higher income we are going to put into a savings account. You can take out the money when you reach a certain goal (3 goals).
This helped many poeple who wanted to buy a house with sec 8 home ownership to overcome the problem of 'working more and earn more' in order to be qualified for a mortgage.


זייער אינטערסאנט צו הערן.
כ׳בין נייגעריג צו הערן מער אינפארמאציע דערינען.

אויב איינער קען מיר ביטע צווייזן?

מיט דאנק פון פאראויס.

סעק. 8 צאלן מארגעזש

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:01 pm
דורך מתון מתון
שוין לאנג געוואלט מברר זייו אצל חברים מקשיבים בני גילי ודכוותי, הלא כולנו בני איש אחד אנחנו ה"ה אבינו רוענו זוננו, הטריפנו לחם חקי כמימים ימימה והיה הוא ושאר"ו קרוב במגן וצלה, והיה כל הכתוב לחיים ולשלו"ם כבימי אבל וכמה. ה' עליכם יחיו.

וואס טוט זיך מיט די אפציע וואס מען הערט דערמאנט דא און דארט, אזוי אויך איז עס עפעס דערמאנט געווארן בהבלעה אין די קרן עזר בוקלעט אבער ביים עקספאו האב איך נישט געקענט טרעפן קיין רמז ורמיזה כסוד להב"ל דמ"ה. עדי למשמע חלקאי"ם אמינא ודכותיה.

וואס טוט זיך אלזא מיט מציאות אז סעקשאן 8 צאלט די מארגעזש פעימענטס? וואס זענען די תנאים און לימיטעשאנס? איז עס אפילו אמת אדער א אורבען מיתוס?

בברכת תודה פאר אלע משיבים, יתברכו ממעון הברכות, ויזכו לברכת בחצריהם בריכות.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:17 pm
דורך ישוב הדעת
עס איז דא האוזינג אפיסעס וואס האבן אזא פראגראם, אבער נישט אלע.

יעזורו ז״ס פלעגט דאס פאמפן אין אנהויב, אבער כפי השמועה האבן ווייניג מצליח געווען דערמיט צוליב די שוועריקייטן אינעם סיסטעם.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:19 pm
דורך דריידל
כ'האב פינקט היינט גערעדט צו איינעם וואס זאגט מיר אז זיין ברידער האט עס געמאכט. מ'דארף זיין וויטאין מא געוויסע אינקאם לעוועל און די הויז וואס מ'קויפט טאר נישט זיין צו טייער.
יענער האט מיר געזאגט אז ס'זענען דא מארגעזש בראקערס וואס קענען זיך אויס מיט די פראגראם און זיי קענען דיך גיידן דורכאויס די פראסעס.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:30 pm
דורך יוראפ
ס'איז טאקע דא געוויסע געגנטער וואו מ'קען עס באקומען, ס'איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך אבער ווער ס'קען עס דורכשוויצן לוינט זיך, ז"ס איז געווען אן אנדער בחינה און ס'עקזיסטירט שוין אויך נישט דארט

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:37 pm
דורך יונה
ווייס איך פון א איד וואס האט געקויפט א הויז אין קרית יטב לב -
בלומינגבערג, דער סעקשן אכט פראגראם צאלט א חלק פון די מארטגעדזש פעימענטס.

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:41 pm
דורך יענקעלע
דריידל האט געשריבן:ס'זענען דא מארגעזש בראקערס וואס קענען זיך אויס מיט די פראגראם און זיי קענען דיך גיידן דורכאויס די פראסעס.

ווער למשל?

יוראפ האט געשריבן:ס'איז טאקע דא געוויסע געגנטער וואו מ'קען עס באקומען

קרית יואל? מאנראו?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:45 pm
דורך יוראפ

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:49 pm
דורך מתון מתון
תודה לאל"ה המגיבים והמשתתפים בגפם יבואו ויצאו במטענת כל טוב למען כח"ש
איז עס אלזא לימיטעד צו געוויסע ארטשאפטן? וואלט דאך ב"ב העיר געברויכט דערמיט צו טרומפייטערן אז זיי האבן דיזען בענעפיט.
וואס איך הער דערווייל, למשמע אוזן דאבה, אחינו המסו לבבנו ולא לנ"ו, אז עס גאר שווער צו באקומען. והלא כ"ז איננו שוה לי. דרכי אחנו בני ישראל לא להתפעל כלל ועיקר וכל מה שיאמר לך בעל הממון עשה עושים ומעשים וחותמים ולוקחים ואוכלים ומותירים ומורישים לבני בניהם. ומאי שנא זה מזה?

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 11:52 pm
דורך הערליך
ביי אונז אין לעיקוואד זענען פארהאן עטליכע וואס האבן עס דורכגעמאכט, נישט קיין גרינגער עסק געוועהן

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 1:42 am
דורך פארווייטאגט
הערליך האט געשריבן:ביי אונז אין לעיקוואד זענען פארהאן עטליכע וואס האבן עס דורכגעמאכט, נישט קיין גרינגער עסק געוועהן


וואס מיינט נישט גרינג?

אז עס איז גרינגער אליין צו באצאלן אפילו ווען מ'האט נישט? אדער עס איז פשוט גרינגער צו דינגען?

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2019 1:46 am
דורך כשרע טעלעפאן
ער מיינט לכאורה די פראסעס ביי סעק 8. עס איז א בחינה פון שבור את החבית ושמור את יינה, גיידליינס וואס איז שווער אנצוקומען, אבער מען קען עס דורכשוויצן. סא ממילא זאגן מענטשן אז עס איז נישט קיין גרינגער עסק. אבער יא מען קען און מענטשן טוען עס

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2019 4:39 pm
דורך לעכטל
הערליך האט געשריבן:ביי אונז אין לעיקוואד זענען פארהאן עטליכע וואס האבן עס דורכגעמאכט, נישט קיין גרינגער עסק געוועהן

וואסארע שוועריקייטן מאכן זיי?!
תודה!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:19 pm
דורך עפל קאמפאוט
איך בין נישט לאנג צוריק ארויף צו די וויליזש, האבן זיי מיר דירעקטירט צו ר' יקותיאל מרדכי פרידמאן, אז ער איז א מומחה אין קויפן דורך סעקשאן 8. זיין נומבער איז 8455371244

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:33 pm
דורך Gevald Geshrigen
אין קרית יואל איז דא א מעגליכקייט צו באקומען דעם פראגראם. אבער און דא איז דער גרויסער אבער:
סעק 8 האט א לימיט וויפיל די דירה/הויז מעג קאסטן. אויטאמאטיש פאלן ארויס אלע דירות וואס זענען מער פון דעם לימיט.
אין שטאט איז נישט שייך אזא זאך
אין מאנסי אויך נישט

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 10:11 am
דורך איינס
אין שטאט נישט
אין ראקלענד קאנטי יא (וואס דאס נעמט אויך אריין מאנסי)

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:15 pm
דורך לעכטל
איינס האט געשריבן:אין שטאט נישט
אין ראקלענד קאנטי יא (וואס דאס נעמט אויך אריין מאנסי)

איר האט אפשר פרטים וועגן דעם, צו קויפן א הויז אין מאנסי?
ייש"כ