בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2012 6:56 pm
דורך טייבעלע
יש"כ הסרפד פאר די זיכעניש און די אינפארמאציע, איך האב נישט קיין פאסיגע ווערטער דיר ריכטיג צו באדאנקען, זאל דיר און אלע וואס האבען פראבירט און פראבירען דא מיט דעם עסק דער פון אויבען אייך בענטשען בכל מילי דמיטב,
אהן קיין פלאגעניש נאר בנחת ובניקל, יש"כ.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 2:51 pm
דורך טייבעלע
ווייסט איינער וואס דער מטבע איז, קיין ווערט האט עס לכאורא נישט, אבער וואס איז דאס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:01 pm
דורך SPUSMN
עס זעהט אויס פון א סעט tokens צו קאמעמערעיטען אלע פרעזידענטס, און עס שטייט אויף דעם דער וויפילטער פרעזידענט ער איז איז געווען, די יארען וואס ער איז געווען פרעזידענט, און זיין געבורטס טאג און טאג וואס ער איז געשטארבען, נאכדעם רעכענט עס אויס פון זיינע מעלות אדער אויף טוהענגען.
דעס איז Theodore Roosevelt, מען האט אים גערופען Teddy Roosevelt
געווען פרעיזידענט 1901-1909 און געווען דער אינגסטע מענטש צו ווערען פרעזידענט (35 יאר אלט).
עס איז א
dime a dozen
און נישט ווערט קיין סאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:11 pm
דורך טייבעלע
ישר כח פארן אינפארמאציע
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:12 pm
דורך SPUSMN
מיין פארגעניגען, ברענגטס נאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:19 pm
דורך טייבעלע
איך האב א קליינער זילבערנעם בעכערל עס גייט דארט אריין אפשר איינס אדער צוויי
טראפען, עס איז אויסגעקריצט אויף דעם קארלסבאד 1896 אזוי מיין איך, עס איז נישט
יעצט פאר מיר, שפעטער איך וועל אהיים קומען וועל איך עס אי"ה אפיר נעמען זעהן,
אבער וואס קאן דאס זיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:20 pm
דורך הרבטייטעלבוים
איז דא א פרייז פאר געבענשטע מטבעות פון צדיקים
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:26 pm
דורך SPUSMN
אוודאי, לויט ווי חשוב דער זאך איז, אזוי פיל איז עס ווערט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:26 pm
דורך SPUSMN
טייבעלע האט געשריבן:איך האב א קליינער זילבערנעם בעכערל עס גייט דארט אריין אפשר איינס אדער צוויי
טראפען, עס איז אויסגעקריצט אויף דעם קארלסבאד 1896 אזוי מיין איך, עס איז נישט
יעצט פאר מיר, שפעטער איך וועל אהיים קומען וועל איך עס אי"ה אפיר נעמען זעהן,
אבער וואס קאן דאס זיין?
אויב עס האט נישט קיין אידישע אותיות אדער סימבאלען קען עס זיין פונקט אזוי גויאיש ווי אידיש. מען דארף טאקע אכטונג געבען אז א חפץ וואס ווערט אנגעגעבען אלץ א אידישע איז נישט א גויאישע וואס מען האט לעצטענס אריין געקריצט אידישע אותיות.
און ארץ ישראל האט מען געטראפען א שטיינערנע ארון, זענען געגאנגען פיפיגע סוחרים און אריין געקריצט אזעליכע ווערטער אז עס זאל אויס זעהן ווי דאס איז א ברודער פון אותו האיש. היינט ווען אלע ווייסען שוין אז עס איז פאלש, און אויך ווער עס האט עס געפעלשט, שווערען זיך נאך נוצרים אז עס איז אמת.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:30 pm
דורך טייבעלע
עס שטייט אין גוישע אותיות, איך האב עס באקומען פון מיין פאטער זז"ג מיט א קימ"ל פון בערך 25 יאר צוריק,
און ער האט דאס נאך געברענגט פון יוראפ ווען ער איז אהער געקומען נאכען קריג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:34 pm
דורך SPUSMN
אויב ער האט עס פון זיינע עלטערען וכדומה איז עס א אידיש בעכער, אבער אויב נישט, איז קען זיין אז מען האט געקויפט א בעכער סתם וואס מען קען כשר'ן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:40 pm
דורך טייבעלע
עס איז נישט א בעכער אויף צו טרינקען ווי איך האב געזאגט עס גייט דארט אריין קוים צוויי טראפען, עס איז אפשר איין אינטש גרויס
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:46 pm
דורך SPUSMN
א ברוינפען גלעזעל (דענמאלץ א אידישע ווייל גוים טרינקען ברוינפען פון א גלאז), אדער א מעדעצין קאפ, דענמאלץ מוז עס שוין נישט זיין אידיש, אדער גאר איז עס א בעכער פאר פסח פאר א קליין קינד. אדער...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:49 pm
דורך טייבעלע
וועל איך פראבירען אי"ה ארויף שטעלן א בילד שפעטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 11:20 pm
דורך טייבעלע
טייבעלע האט געשריבן:וועל איך פראבירען אי"ה ארויף שטעלן א בילד שפעטער.
דא איז א בילד
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:21 pm
דורך SPUSMN
כ'זעה נישט מיט וואס דאס איז אידיש.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:26 pm
דורך יוסף שרייבער
דאס איז ווערט בערך אזויפיל וויפיל א טונא סענדוויטש קאסט. (אקעי אפשר אויך א ברעקפעסט טו גאו)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:29 pm
דורך SPUSMN
זילבער איז זייער הויעך, עס האט כאטש אן אונס צוויי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:34 pm
דורך יוסף שרייבער
לכאורה נישט מער ווי א אונס ריין זילבער ,ווייסט וויפיל די פולי לאודעד סענדוויטשעס קאסטען היינט? און נאך אלעמען דאנק השי"ת די וואינסט נישט אין די שווייץ דארט קאסט אזא מעשה א קיימא לן פון $20-25 יא קוק מיך נישט אן אזוי איז עס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:45 pm
דורך טייבעלע
איר זאלט מיר אלע זייער אנטשולדיגען כ'האב נישט געפרעגט קיין פרייז דערויף פון די ערשטע מינוט,
גיט נאר א קוק, כ'האב געפרעגט וואס קאן דאס זיין, פארוואס האט מען דאס געמאכט, סתם א
מיניטשער, וואס דארף מען אויסקריצען די נאמען פונעם שטאט און די יארע ווען עס איז פאבריצירט
געווארען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:51 pm
דורך יוסף שרייבער
אה דאס איז א סוועניר פון די רעזארט שטעטל קארלסבאד וואס די טוריסטען האבען אהייםגענומען ,גראדע האט מען דארט פאבריצירט יודישע סווענירס אויך ווייל עס פלעגן קומען אהין אסאך יודען צו נוטצען די בעדער.
איך האב ביי מיר א קערה וואס מען האט דארט פאבריצירט מיט אזעלכע זיסע טעותים אז עס איז קענטליך אז א גוי האט דאס געמאכט. אויב איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען מיין ערשטע בילד דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 3:55 pm
דורך טייבעלע
דאס איז דברים של טעם, האב איך א סוונער פונעם שטעטל קארלסבאד, א גווינס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 2:22 pm
דורך יוסף שרייבער
יוסף שרייבער האט געשריבן:אה דאס איז א סוועניר פון די רעזארט שטעטל קארלסבאד וואס די טוריסטען האבען אהייםגענומען ,גראדע האט מען דארט פאבריצירט יודישע סווענירס אויך ווייל עס פלעגן קומען אהין אסאך יודען צו נוטצען די בעדער.
איך האב ביי מיר א קערה וואס מען האט דארט פאבריצירט מיט אזעלכע זיסע טעותים אז עס איז קענטליך אז א גוי האט דאס געמאכט. אויב איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען מיין ערשטע בילד דא.
דאס איז די קערה פון קארלסבאד, עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו מאכען א פארמעסט ווער עס קען טרעפען די מערסטע טעותים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 2:26 pm
דורך יוסף שרייבער
רב ספוזמן ווען איר זענט פארטיג מיט די אידישע אותיות
דא קענט איר זיך נעמען צו גוים וואס האבען געשריבען יודישע אותיות אדער סתם ערנסטע ע"ה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 2:36 pm
דורך יוראפ
ס'איז מתוק מדבש. איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן. נאכאמאזעל אז דו האסט געשריבן אז ס'איז א קערה ווען נישט וואלט איך נישט געקענט אויספיגערן וואס דאס איז