בלאט 2 פון 5
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 01, 2011 11:27 pm
דורך למעלה משבעים
הרב פארשריבן קודם די לינק ארבעט אין גרויסן, דארפסט נאר טוישן אינעם לינק אנשטאט index צו viewtopic. והשנית, די לינק צייכנט צו די אשכול.... ווי עס זעט אויס האט קרעמער געהאט געעפענט א נייע אשכול, און שפעטער האט מען עס צאמגעשמאלצן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 24, 2011 12:42 am
דורך ישובניק
טאבאקא האט געשריבן:איך בין זיכער אז א ליובאוויטשער וועט צאלן געלט דערפאר
איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?
אנטשולדיגט ר' טאבאקא, זיי זענען נישט "ריין" זילבער, נאר 90% זילבער.
אויב זענען די האלבע דאלארן פון די יארן 1965-1969 זענען זיי בלויז 40% זילבער.
אגב, פאר די וואס ווייסן נישט, זענען רוב זילבערווארג וואס מיר נוצן געמאכט פון "סטערלינג סילווער" דאס איז 92.5% זילבער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 24, 2011 12:26 pm
דורך אונגארישער
פארשריבן האט געשריבן:צוריק צום נושא פון "אלטע מטבעות".
אזוי אויך ווער עס ווייסט פון א גוטע "מטבעות-געשעפט" (coin store) אין ניו-יארק זאל זיך ביטע אנרופן.
א דאנק פון פאראויס.
אונגי ווייסט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 5:38 pm
דורך פארשריבן
ר' ישבוניק; גיבט א קוק אויבן ווי ער האט געשריבן אז זיי זענען פון די פערציגער יארן.
-----
הרב אונגארישער; קודם כל אקבל פניך בברכת "אישטען האטווא..."
ועתה אבקשך: נא ונא לפרש המילים בתגובתך.
ייש"כ למפרע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 2:34 pm
דורך אונגארישער
פארשריבן האט געשריבן:ר' ישבוניק; גיבט א קוק אויבן ווי ער האט געשריבן אז זיי זענען פון די פערציגער יארן.
-----
הרב אונגארישער; קודם כל אקבל פניך בברכת "אישטען האטווא..."
ועתה אבקשך: נא ונא לפרש המילים בתגובתך.
ייש"כ למפרע.
כמיין צי זאגן איך וויס פין א גיטע סטאר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 7:31 pm
דורך פארשריבן
טא וואס איז די שווייגעניש?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 10:01 am
דורך אונגארישער
845-343-2716
זיי זענען אין מידעלטואן
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 pm
דורך אונגארישער
פארשריבן האט געשריבן:טא וואס איז די שווייגעניש?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 04, 2011 12:50 pm
דורך טאבאקא
אין די סיטי ווייסט איר עפעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 06, 2011 10:11 am
דורך אונגארישער
טאבאקא האט געשריבן:אין די סיטי ווייסט איר עפעס?
ניין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 12:52 pm
דורך SPUSMN
מטבעות ווי אלע אנטיק גייט לויט דער סופליי ענד דימענד, ביי מטבעות קומט צו אז אפילו פון די וואס עס איז דא א סאך איז אבער דא ווייניג וואס זענען און א הויכער צושטאנד, דעריבער זענען זיי ווערט מער
מערסטע מטבעות וועלען נישט וואקסען און ווערט אזוי שנעל ווי די געלט אין די באנק, און מען מוז זיין אן עקספערט צו וויסען וועלכע יא
פאפירענע געלט וואקסט כמעט נישט חוץ אויב זיי זענען איבער 100 יאר אלט
דער געשעפט וועט אייך געבען א שיבוש פאר דעם, זיי קענען דיר אפנארען און עס אוועק מאכען, דער בעסטער וועג עס צו פארקויפען איז מסתמא אויף איבעי וואס דארט דרייען זיך די קויפערס
א בריוו ווי פון לובאוויטשער רבי איז מסתמא דער בעסטער פלאץ אויף ווירטשעל יודייקא, וואס דארטען דרייען זיך די קויפערס
http://www.virtualjudaica.comא 1976 צוויי דאלער ביל איז ווערט עפעס ווייל עס איז בייסענטעניעל, דער אנדערע איז ווערט גאנצע צוויי דאלער. די צוויי דאלער בילס פון א 100 יאר צוריק זענען ווערט גיט געלט
בדרך כלל די אלע סילווער סערטיפיקעטס זענען זייער ווייניג ווערט, א שאד געווען זיי צו האלטען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:04 pm
דורך סמארט
ס'ליגט ביי מיר א צוואנציגער פון די פערציגער יארן, איז עס ווערט מער ווי 20?
אזוי אויך האב איך אין באזיץ מטבעות (דיימס/ניקלס/פעניס) פון די צוואנציגער יאהרן, האט איינער עני עקספעריענס מיט דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:48 pm
דורך SPUSMN
אין די פערציגער יארן האט מען נישט געמאכט קיין צוואנציגערס, מען האט עס געמאכט און 1935 און נאכדעם און 1957, א 5 דאללער 1934 גרין סיעל איז ווערט צווישען 5-7 דאללער, קענסטו זיך שוין פארשטעלען וואס דאס איז ווערט
קענסט אריין גיין אין עני קוין סטאר און קויפען א ביכעל וואס וועט דיר זאגען וויפיל די זאכען זענען ווערט ריטעיל, הולסעיל ווענט זיך מיט וועמען די האנדלסט
קענסט אויך קויפען א ביכעל וואס וועט דיר זאגעו וויפיל א מטבע איז ווערט, עס איז נישט טייער, און א נייע קומט ארויס יעדעס יאר
אדער קענסט פרעגען ר' גוגל, אזוי פרעגט מען
What is a 1935 20 dollar bill worth?
מען דארף נאכדעם קליקען אהער און אהין ביז מען באקומט א קלארע ענטפער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 8:08 pm
דורך סמארט
יישר כוח מר. ספאסמן פאר די אינפארמאציע, א צוואנציגער האב איך נאר איינס כ'מיין אז ס'איז פון די פערציגער, זאגסט ס'קען נישט זיין, כ'האב עס נישט יעצט צו דער האנט מ'וועט עס נאך אפירזוכן
עניוועי קאונס האב איך יא היפש, קען זיין דאס הייסט שוין האולסעיל לעוועל, סאו מיט וועמען האט דער עולם גיטע עקספעריענס?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 4:28 pm
דורך SPUSMN
קאל אן א קוין סטור אין פרעג זיי וויפיל זיי וועלען דיר געבען פאר א דאללער זילבער? א דאללער מיינט צעהן דיימס, פיר 'קווארטערס, אדער צוויי האלבע דאללער. א דאללער זילבער פארמאגט בערך אכציג פערצענט פון א אונס זילבער. עס וועגט 90 פערצענט פון א אונס אין עס איז 90 פערצענט זילבער, דאס מאכט עס 80 פערצענט פון א אונס. טשעק ווי זילבער האלט און צו מען אפערט דיר א ביסעל ווייניגער ווי דער שמעלץ ווערט, עפעס דארף מען אראפ לאזען פאר די קאסט פון שמעלצען אדער פאר זיין ריוח אין מאכען א פליפ
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 13, 2011 11:39 am
דורך פארשריבן
א דאנק ספאסמאן פאר די אינפארמאציע.
גיב ארויס נאך אויב דו ווייסט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 13, 2011 11:46 am
דורך סמארט
פארשריבן האט געשריבן:א דאנק ספאסמאן פאר די אינפארמאציע.
גיב ארויס נאך אויב דו ווייסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 14, 2011 5:18 pm
דורך SPUSMN
פרעג מיין קינד, וואס ווילסטו וויסען? יותר ממה שהפרה רוצה... ו
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 8:54 pm
דורך פארשריבן
איך האב א ניקל וואס זעהט אויס צו זיין אן עכט זילבערנע, עס האט אן אנדערע צורה פארנט און עס פארמאגט נישט קיין יאר דערויף.
וואס פשט דערפון?
(זעהט נישט אויס צו זיין אפגעמעקט).
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 19, 2011 1:23 pm
דורך SPUSMN
זילבערנע ניקלעך האט מען נאר געמאכט פון צוויי אין פערציג ביז פינף אין פערציג ווייל מען האט געדארפט די ניקעל פאר די מלחמה געברויכען, צו בויען שיפען, זיי זענען פערציג פרוצענט זילבער און זעהן טאקע אויס א ביסעל אנדערש ווי די געווענליכע ניקעלס, און אויך איז דא א גרויסע פי, די, אדער עס, אויף דעם. עס האט אבער נישט קיין אנדערע צורה פארענט און איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן איינס אן א דעיט, אשר על כן מוזטי האבען א באפעלאו ניקעל וואס מען האט געמאכט צווישען 1913-1939
אין דער דעיט רייבט זיך זייער שנעל אויס ביי זיי, און אויב מען ווייסט נישט ווי צו קוקען קען זיך דאכטען אז עס האט קיינמאל נישט געהאט א דעיט. רוב באפעלאו ניקעלס וואס עקזיסטירט נאך, האבען אויסגעריבענע דעיטס, אין זענען ווייניג ווערט
אויב די ווילסט יא זייגען, וועל איך דיר זאגען אז בעפאר ניקעלס וואס איז געמאכט פון דער מעטאל ניקעל, האט מען געמאכט העף דיימס פון זילבער אנהייבענדיג פון 1792, און זיי האבען געוואויגען האלב פון א דיים, מען האט זיי אויפגעהערט מאכען אין 1873
דער דיים אין העף דיים איז קודם געווען גרעסער, אבער אין 1825 ווען זילבער איז ארויף זענען זיי געווארען קלענער צוזאמען מיטען דאלער, האלבע דאלער, און דער קוואטער
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:36 pm
דורך פארשריבן
SPUSMN האט געשריבן:רוב באפעלאו ניקעלס וואס עקזיסטירט נאך, האבען אויסגעריבענע דעיטס, אין זענען ווייניג ווערט
וויפל איז די ווייניג?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 4:58 pm
דורך טאבאקא
צען אדער עלף סענט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 5:18 pm
דורך SPUSMN
טאבאקא האט געשריבן:צען אדער עלף סענט.
די רעדסט הולסעיל, ריטעיל איז עס ווערט א ביסעל מער. קען זיין אז זייט איבעי איז שוין נישט דא קיין הולסעיל/ריטעיל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 11:53 am
דורך טאבאקא
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט צו זאגן, איך רעד פונעם געשעפט וואס אונגי האט צוגעצייכנט.
אז מען רעדט שוין, וויפל זענען ווערט די פעניס מיט די ווייץ סימבאל?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:42 am
דורך SPUSMN
אין מיינע צייטען זענען זיי ווערט געווען צוויי סענט א שטיק, ריטייל. איך האב געפרעגט רעב גוגעל, האט ער גע'ענטפערט צווישעו דריי און פינעף סענט. דאס איז פארשטייט זיך אויב דאס איז א דבר שבמשקל, מען קויפט עס אויפען זאק, אבער אויב מען האט בעסערע דעיטס און מינט מארקס, איז דארף מען עס פארקויפען אויף דער
piece
אלץ א דבר שבמנין. און קורצען, אלע פעניס פאר 1939 זענען ווערט מער, אלע "עס" מינט מארק (וואס שטייט פאר "סען פראנציסקא") זענען ווערט מער, און נאכדעם דארף מען וויסען וועלכע. עס לוינט זיך צו קויפען דער בוק