מיוטשעל פאנדס & לייף אינשורענס.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » פרייטאג יולי 24, 2015 6:52 pm

זאת ועוד, ממילא מיך, איך בין גאנץ א שוואכע דעבאטירער, מיט היבש א קליינע טאלערענץ לעוועל, קען איך הערן, איך בין מודה אז איך דריק מיך אויס שארף אפטמאל, אבער וויכטיג מאכער? א מענטש מיט אזוי פיל געדולד, מסביר זיין צד איינמאל און נאכאמאל, מיטן גרעסטן רעספעקט, אפשר זאגסטו מיר, ווי קען מען זאגן אויף אים אפענסיוו?

אויסער אז דאס איז די איינציגע זאך וואס מען האט צו צוגיבן צו די שמועס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג יולי 24, 2015 6:54 pm

טעגלאש האט געשריבן:איך בין מסכים, אבער קודם וויל איך וויסן וואס דיין ציל איז

נישט קיין פראבלעם, אבער קודם א שטיקל הקדמה'לע.

לאמיר כאפן א בליק אויף א אספעקט וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן, דאס איז ריטייערמענט.

א מענטש ארבעט פון די 20 ביז די 60/65 און ער ברענגט אריין אינקאם צו שפייזן זיין פאמיליע.

וואס פאסירט ווען מען קומט אין די עלטערע יארן און מען קען שוין נישט ארבייטן, מהיכן ירק זה חי ?

דער פראבלעם איז ביז היינט פארזעהן געווארן ביים היימישן ציבור צוליב אונזערע דעמאגראפיקס
דער דור פון מלחמה איבערלעבער האבן שווער געארבייט, געלעבט בצימצום, און אוועקגעלייגט א דאללער צו א דאללער ווען עס איז געקומען צו ריטייערמענט האבן זיי בדרך כלל נישט געדארפט צוקומען צו די קינדער.

דער דור וואס איז געבוירן נאך די קריג איז שוין גאר א צווייטע געשיכטע מען לעבט ברייט און אין די טייערסטע געגענטן פון אונזער פלאנעט. די אידן וואס ענדיגן יעצט חתונה מאכן זענען שוין פארחובות'ט, זיי קומען יעצט אן צו ריטייערמענט אן קיין דאללער צו די נשמה.
זיי גייען פאלן צו לאסט אויף די קינדער .

די קינדער זענען יעצט אין זייערע פערציגער און מאכן חתונה די ערשטע פאר קינדער און זיי בעטן הילף פון זייערע קינדער די יונגעלייט זיי צו העלפןן חתונה מאכן.

איר כאפט וואס דא גייט פאר דער יונגערמאן פון 25 דארף אויסהאלטן זיין טאטע און זיין זיידע.
און די צייט וואס ער וואלט יעצט געדארפט אוועקלייגן געלט פאר זיין אייגענע ריטייערמענט .

וואס קען א יונגערמאן טוען פאר זיין פיוטשער צו טוישן דעם טרענד, ער זאל קענען העלפן זיינע קינדער אויף די עלטערע יארן און נישט פארקערט.

די ערשטע זאך גייט ער פרובירן צו דשענערעיטן די מאקסימום אינקאם פאסיבל, אבער לאמיר זיך נישט פאפן א מיעוט שבמיעוט גייען אנקומען צו מאכן מער ווי 120,000 א יאר.

וואס איז די מאקסימום וואס א יונגערמאן מיט 10 קינדער און פארדינט 120k קען אוועקלייגן איך וואלט געשאצט אויף ארום 8,000 א יאר.

לאמיר נישט פארגעסן מען רעדט דא פון א יונגערמאן וואס האט געטוען די מאקסימום השתדלות אז ער מאכט שוין אזוי שיין.

ווי גייט אים זיין הארד ווארק ברענגען ?

דא קום מיר צי צו אונזער שמועס.

אפציע נומער 1) זיין סופער פראטעקטעט ער גייט סעיוון די 8k א יאר אין באנק אדער אונטערן מאטראץ,ביי די פערציג וועט ער האבן 160,000 גענוג צו חתונה מאכן 3 מיט אהאלב קינדער, פון דארט אין ווייטער איז ער בראק זיין הארד ווארק האט זיך נישט אויסגעצאהלט.

אפציע נומער 2) זיין גאראנטירט, עפענען א אינשורענס פאלעסי, ביי די 40 גייט ער האבן 255,000$ דאס איז שוין א נומבער, אבער לאמיר זעהן ער האט צוויי אפציעס 1) לעפסן די פאלעסי, האט ער גענוג צו חתונה 5 / 6 קינדער פון דארט און ווייטער איז ער 'גאראנטירט' בראק. 2) ווייטער צו בארגען דאס געלט, דא ווערן שוין די נומבערס קאמפליצירט איך וועל שרייבן בל'נ א עקסטערע תגובה אויף דעם, די אונטערשטע שורה איז אז ער וועט נישט קענען חתונה מאכן 10 קינדער מיט דעם פלאס פאר די נעקסטע 30 יאר גייט ער דארפן מאכן פעימענטס פון 2000 א חודש.

זיין הארד ווארק האט זיך נישט אויסגעצאהלט.

אפציע נומער 3) אויפגעבן אויף דעם 'לעבעל'
גאראנטירט און גיין צו א זייער זייער זייער סעיף לאנג טערם אינוועסטמענט.

ער צאלט אריין 8k יערליך, ביי די 40 האט ער 511,000 $ יעדע 2 יאר נעמט ער ארויס 45 k
נאך 10 קינדער חתונה געמאכט, האלט דער איד ביי , האלט אייך איין דעם אטעם. 1,274,444 !!
דער איד איז יעצט 60 ער קען יעצט ריטייערן,
ער קען אריינלייגן דאס גאנצע געלט אין באנדס ווי ער גייט פארדינען 4% יערליך דאס איז 80,000 א יאר.

זיין הארד ווארק האט זיך אויסגעצאהלט !
ער קען חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד !
ער קען ארויסהעלפן די קינדער אויף די עלטערע יארן !

אט דאס איז מיין אגענדע.
איך וויל זעהן ווי אידן זענען מצליח !
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 24, 2015 6:59 pm

אברך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:לאמיר צוריקצוגיין צו טעגלאש'ס תגובה, סאיז צו לאנג צו קוואוטן.

מיט אקאונטעבל האב איך געמיינט צו זאגן אז זיינע קליענטן גייען אים איבערלאזן דאס איז די שטערקסטע סיבה ער זאל געבן גוטע האנעסט עדווייס, ער גייט שוין אן איבער 25 יאר.

וואס דו שרייבסט וועגן א דראפ אין די מארקעט, ווייס איך נישט גענוי וואס דו ווילסט קיינער איז נישט באשיצט פון א שארט טערם דראפ, דאס איז די פרייז צו מאכן פעטע פארדינסטן אווער די לאנג ראן.

מיר חסידישע אידן זענען זייער געלונגען און זייער קריעטיוו דאס איז די סיבה פארוואס מיר זענען מצליח אין ביזנעס, אבער ווען עס קומט צו נאלעדש ווייסט דער עוורעדש יונגערמאן גארנישט ביז א היימישער יוד זאגט אים עס, עיין ערך הערשל מייזליש וואס האט אויסגעריסן די קאלירטע געטראנקען יארן נאכדעם וואס די גויאישע גאס האט געוויסט דערפון ווען נישט הערשל נעמט זיך שרייען וואלט נישט געהאלפן אלע סייענטיפישע סטאדיס, און מען וואלט נאך אלץ געגעבן קאלאר סאדע ביי קידישים.

ווען דו זאגסט אז גרויסע בענק האבן פאלעסיס מיינסטו צו זאגן אז דער באנק מענעדשער מאכט א פאלעסי אויף זיין לייף אדער אז די באנק 'אינוועסט' אין לייף אינשורענס קאמפעניס. אוודאי לוינט זיך צו אינוועסטן אין זיי זיי זענען פון די מאסט פראפעטעבל ביזנעסער, אויפן חשבון פונעם פשוטן פארדינער.

טעגלאש איי וואלד ריעללי אפרישיעטעט אויב דו קענסט אונז זאגן וואס דיין ציהל איז דא, ביזטו א אינשורענס אגענט ? וויכי האט קלאר געמאכט זיין ציהל און מיר ווייסן צו נעמען זיינע תגובות אין פערעספעקטיוו.

די תגובה האב איך געשריבן נישט טעגלאש...

די גרויסע בענק לייגן זייער געלט אין אינשורענס קאמפאניס, נישט אין זייער סטאקס, נאר זיי לייגן געלט אין האלל לייף אינשורענס און ענועטיס... אז כעלל קענען העלעך דיר ברענגן שפעטער מקורות, אבער קענסטעס גוגלן, ס'נעמט א סעקאנד...

כאניש קיין מושג וואו הערשל מייזעלס קומט אריין דא... זאג מיר, דו לייקענסט די פאקט אז אונזער היימישעג עולם איז אן טאפ ווען ס'קומט צו מאכן אפאר טאללער?

געמאכט א טעות.

לייען איבער מיין תגובה, איך שרייב קלאר אז מיר זענען מצליח אבער נאלעדש האבן מיר ווייניגער, צו מצליח זיין אין די סטאק מארקעט דארף מען נישט קיין שום טאלאנט מען דארף איין זאך, צייט.

לאמיר פרעגן דיין מיינונג, ווען עס וואלט נישט געווען קיין היימישע אינשורענס אגענטן וואלט איין יונגערמאן געגאנגען אויפזוכן א גוי צו מאכן א פאלעסי ?

און איך זאג מצליח צו זיין אין די סטאק מארקעט איז נישטא קיין טריקס! סיז הויל מזל! ס'איז נישט געבעיסד אויף גארניש, סיז א געססינג געים!

צו מ'וואלט געקויפט אינשורענס ביים גוי? כ'ווייס נישט, אבער איך שטעל מיך פאר אז יא, גענוי וואו מטעמים אינוועסט ביים גוי, און גענוי וויזוי דער עולם מאכט ביזנעס אויף עמעזאן מיטן גוי...

דאס איז אמאל ניין אמאל זיכער אז סידער געלונגען צו פארקירעווען דעם שמיעס... איך האנאכנישט קיין ענטפער וויזוי לייף אינשורענס ארבייט... און סינאכניש געווארן פארענטפערט אז אפילו אויב אלע דיינע נאמבערס זענען אמת, ווער זאגט אז מ'דארף נאר קוקן אויף די רעיט אוו ריטוירן, סיז דא אנדערע וועליאס, גאראנטיס און פראטעקשן'ס וואס לייף אינשורענס האט און מיוטשל פאנדס האט נישט... ווי געשריבן אויבן און אין די אנדערע אשכול...

און אין מיין ענטפער פאר מטעמים האבעך צוגעלייגט נאך אביסל חומר... רוב סוקסעספול מענטשן נוצן זייער האלל לייף פאלעסי אלס פארט פון זייער ביזנעס סטרערעדזשי, די זאכן קענען זיי נישט טוהן מיט קיין מיושטל פאנדס, ווי געשריבן... ווידער פארן פשוטן יונגערמאן וואס קעניש עפארדן קיין שום ריסק, און קיין טעקס בילל וכד'... די אלע זאכן ווערן גענצליך איגנארירט!

מטעמים, פון מיין זייט מוזטו נישט ווייטער שרייבן, סארי אז דו פיהלסטעך אפענדעד, איך האב דיך נישט געוואלט אפענדן ספעציעל א טאג פאר ת"ב... כאנאר געוואלט ארויסברענגען אז סיניש שיין צו אפענדן א גרופע מענטשן, אריינגערעכענט דערין טויזענטער היימישע יודן וואס קויפן לייף אינשורענס, און זיי קלאסיפיצירן אלס "גאווערמענט פראוגראם" מענטשן... מענטשן וואס זענען נישט אופען מיינדעד, זיי קענען נישט אינוועסטן... נאמבער איינס סיניש שיין צו טוהן אזא זאך, נאמבער צוויי סיז הוילע לופט! סיניש געבעיסד אויף גארניש! 75 פראצענט פון מיינע קלייענטס אין די לעצטע פינעף יאר זענען אנליין סעללערס און ריעלס עסטעיט אונערס אדער דיוועלאופערס, די מענטשן האבן גענומען ריסק און זענען אופען מיינדעד און געעפנט אייגענע ביזנעסער און זענען ב"ה סוקסעספול... רוב האבן גראבע באנק אקאונטס אן קיין גאווערמענט פראגראמען, און עפ"ר שיינע האלל לייף פאלעסיס!

איך האב באקומען אויף אימעיל אפאר פראגעס און בעיקר אפאר טשארטס איבער די נאמבערס וואס דו ברענגסט, איך קענעס נישט ארויפלייגן פון דא... כעלעס טרייען צו שיקן פאר איינעם ארדער ארויפלייגן מאנטאג פון א קאמפיוטער...

און ביידעוועי, כאב פארזעהן אפאר תגובות, כעלעס ענטפערן אי"ה נאך שבת... און נאך איין זאך, אקאונטעבל מיינט נישט אז זיינע קלייענטס גייען אים איבערלאזן... אקאונטעבל מיינט "ער גייט באצאלן"... מיט געלט אדער עפעס אנדערש... סתם פארלירן קלייענטס איז גארנישט! ער האט אפגעמאכט זיינע מיליאונען ער לאכט פון דיר... גאראנטירט מיט עקאנטעבילעטי הייסט א גאראנטי, סתם זאגן אז ס'וועט זיין גוט און אויב נישט העסטע אוועקגיין פון מיר אלס קאסטומער מיינט זילטש!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג יולי 24, 2015 7:01 pm

אויב איינער וויל איבער רעכענען די נומבערס די לינק קען זיין העלפפול.

http://m.investor.gov/tools/calculators ... calculator
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » פרייטאג יולי 24, 2015 7:03 pm

אברך, אין מיין האלל לייוו פאלעסי לייג איך אריין 7000 א יאר, (היבש אביסל מער ווי מען מוז אריין צאלן) איך האב עס געמאכט ביי עדש 20, און עס ווייזט א אילעסטרעישן פון איבער א מיליאן דאלאר ביי עדש 65.

דיינע נומער דו נאט עדד אפ

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג יולי 24, 2015 7:05 pm

ווי ביזטו אנגעקומען צו עידש 65 ער האט שוין אויפגענוצט די גאנצע ביי 46 ביים דריטן קינדס חתונה.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » פרייטאג יולי 24, 2015 7:14 pm

אברך האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:איך בין מסכים, אבער קודם וויל איך וויסן וואס דיין ציל איז

נישט קיין פראבלעם, אבער קודם א שטיקל הקדמה'לע.

לאמיר כאפן א בליק אויף א אספעקט וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן, דאס איז ריטייערמענט.

א מענטש ארבעט פון די 20 ביז די 60/65 און ער ברענגט אריין אינקאם צו שפייזן זיין פאמיליע.

וואס פאסירט ווען מען קומט אין די עלטערע יארן און מען קען שוין נישט ארבייטן, מהיכן ירק זה חי ?

דער פראבלעם איז ביז היינט פארזעהן געווארן ביים היימישן ציבור צוליב אונזערע דעמאגראפיקס
דער דור פון מלחמה איבערלעבער האבן שווער געארבייט, געלעבט בצימצום, און אוועקגעלייגט א דאללער צו א דאללער ווען עס איז געקומען צו ריטייערמענט האבן זיי בדרך כלל נישט געדארפט צוקומען צו די קינדער.

דער דור וואס איז געבוירן נאך די קריג איז שוין גאר א צווייטע געשיכטע מען לעבט ברייט און אין די טייערסטע געגענטן פון אונזער פלאנעט. די אידן וואס ענדיגן יעצט חתונה מאכן זענען שוין פארחובות'ט, זיי קומען יעצט אן צו ריטייערמענט אן קיין דאללער צו די נשמה.
זיי גייען פאלן צו לאסט אויף די קינדער .

די קינדער זענען יעצט אין זייערע פערציגער און מאכן חתונה די ערשטע פאר קינדער און זיי בעטן הילף פון זייערע קינדער די יונגעלייט זיי צו העלפןן חתונה מאכן.

איר כאפט וואס דא גייט פאר דער יונגערמאן פון 25 דארף אויסהאלטן זיין טאטע און זיין זיידע.
און די צייט וואס ער וואלט יעצט געדארפט אוועקלייגן געלט פאר זיין אייגענע ריטייערמענט .

וואס קען א יונגערמאן טוען פאר זיין פיוטשער צו טוישן דעם טרענד, ער זאל קענען העלפן זיינע קינדער אויף די עלטערע יארן און נישט פארקערט.

די ערשטע זאך גייט ער פרובירן צו דשענערעיטן די מאקסימום אינקאם פאסיבל, אבער לאמיר זיך נישט פאפן א מיעוט שבמיעוט גייען אנקומען צו מאכן מער ווי 120,000 א יאר.

וואס איז די מאקסימום וואס א יונגערמאן מיט 10 קינדער און פארדינט 120k קען אוועקלייגן איך וואלט געשאצט אויף ארום 8,000 א יאר.

לאמיר נישט פארגעסן מען רעדט דא פון א יונגערמאן וואס האט געטוען די מאקסימום השתדלות אז ער מאכט שוין אזוי שיין.

ווי גייט אים זיין הארד ווארק ברענגען ?

דא קום מיר צי צו אונזער שמועס.

אפציע נומער 1) זיין סופער פראטעקטעט ער גייט סעיוון די 8k א יאר אין באנק אדער אונטערן מאטראץ,ביי די פערציג וועט ער האבן 160,000 גענוג צו חתונה מאכן 3 מיט אהאלב קינדער, פון דארט אין ווייטער איז ער בראק זיין הארד ווארק האט זיך נישט אויסגעצאהלט.

אפציע נומער 2) זיין גאראנטירט, עפענען א אינשורענס פאלעסי, ביי די 40 גייט ער האבן 255,000$ דאס איז שוין א נומבער, אבער לאמיר זעהן ער האט צוויי אפציעס 1) לעפסן די פאלעסי, האט ער גענוג צו חתונה 5 / 6 קינדער פון דארט און ווייטער איז ער 'גאראנטירט' בראק. 2) ווייטער צו בארגען דאס געלט, דא ווערן שוין די נומבערס קאמפליצירט איך וועל שרייבן בל'נ א עקסטערע תגובה אויף דעם, די אונטערשטע שורה איז אז ער וועט נישט קענען חתונה מאכן 10 קינדער מיט דעם פלאס פאר די נעקסטע 30 יאר גייט ער דארפן מאכן פעימענטס פון 2000 א חודש.

זיין הארד ווארק האט זיך נישט אויסגעצאהלט.

אפציע נומער 3) אויפגעבן אויף דעם 'לעבעל'
גאראנטירט און גיין צו א זייער זייער זייער סעיף לאנג טערם אינוועסטמענט.

ער צאלט אריין 8k יערליך, ביי די 40 האט ער 511,000 $ יעדע 2 יאר נעמט ער ארויס 45 k
נאך 10 קינדער חתונה געמאכט, האלט דער איד ביי , האלט אייך איין דעם אטעם. 1,274,444 !!
דער איד איז יעצט 60 ער קען יעצט ריטייערן,
ער קען אריינלייגן דאס גאנצע געלט אין באנדס ווי ער גייט פארדינען 4% יערליך דאס איז 80,000 א יאר.

זיין הארד ווארק האט זיך אויסגעצאהלט !
ער קען חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד !
ער קען ארויסהעלפן די קינדער אויף די עלטערע יארן !

אט דאס איז מיין אגענדע.
איך וויל זעהן ווי אידן זענען מצליח !

זייער זייער א שיינע תגובה כה לחי.
האממער שטארק הנאה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 24, 2015 7:23 pm

אברך, אביסעלע מעטה... ער האט 500,000 + ביי די 40, און ער נעמט ארויס 45 יעדע צווייטע יאר וויזוי האטער ביי די 65 כמעט 1.3 מיליאון? דו גיבט אים 10 פראצענט עניואל? ממש פאר צוואנציג יאר גיין נישט זיין קיין איין דאון יאר? איי מין אויב ביי די יאר 41 פאלטעס מיט 37 פראצענט ווי אין 2007, און ער נעמט ארויס 45 טויזענט חתונה צו מאכן... און פארגעסס נישט, צו בלייבן מיט 45 דאפער ארויסנעמען 60... וויזוי קומטער אן צו 1.275 ביי די 65?

סיז ממש נישט צו פארשטיין וויזוי דו זעהסט באמת נישט די פאקט אז די סטאק מארקעט מיוטשל פאנדס, אינדעקס פאנדס וכד'... קען אראפפאלן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » פרייטאג יולי 24, 2015 7:24 pm

אברך האט געשריבן:ווי ביזטו אנגעקומען צו עידש 65 ער האט שוין אויפגענוצט די גאנצע ביי 46 ביים דריטן קינדס חתונה.

האמיר ב״ה עקסטערע פאלעסיס פאר יעדן קינד, געלויבט השי״ת אויף ביז אהער, זאל ער העלפן אויף ווייטער

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג יולי 24, 2015 7:35 pm

האטס מיר אלע א גוט שבת.

עמער רעדן ווייטער אי"ה מאנטאג.

בבגו"צ בב"א.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג יולי 26, 2015 9:20 am

אברך מיר ווארטן אויף א אפדעיט

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 9:22 am

אי"ה נאך חצות.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג יולי 26, 2015 9:38 am

אבער א לאנגס און א ברייטס

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » זונטאג יולי 26, 2015 2:40 pm

וויכי
די פרעגסט צי סאך וויאזוי האל לייף ארבעט וואס מאכט עס אויס אין די ענד

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 3:17 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך זאג מצליח צו זיין אין די סטאק מארקעט איז נישטא קיין טריקס! סיז הויל מזל! ס'איז נישט געבעיסד אויף גארניש, סיז א געססינג געים!

דער עולם איז נייגעריג צו וויסן פארוואס א אינוועסטמענט וואס האט נאך קיינמאל נישט געפעילט איז א געסינג געים און מען ברויך מזל.

עס זעט אויס ווי דו מישט ווייטער אויס מארקעט טיימינג מיט לאנג טערם אינוועסטינג, לא קרב זה אל זה.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

Don't worry
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » זונטאג יולי 26, 2015 3:21 pm

דא קען מען זען די היסטארי וויפיל אן אידעקס פאנד האט געברענגט.

https://personal.vanguard.com/us/funds/ ... IntExt=INT

see that the average return for the last 10 year is 8.21% per year. that includes a period when we had the worst stock market crash since the great depression. if you look for the last five years the average return was 17.42% per year. if you invested 10,000 10 year ago, it would be now $19,578. if you invested after the crash $10,000, it would be now $32,875

די בעסטע לאנג טערם אינוועסטמענט איז א TOTAL STOCK MARKET FUND אדער S&P 500 אידעקס פאנד ביי א NO LOAD FUND FAMILY. די גרעסטע אין דעם פעלד זענען Vanguard, Fidelity and T. Rowe Price

http://mutualfunds.about.com/od/noloadv ... milies.htm

For a more short term investment you would need to invest part of your investment in a (short-duration) bond fund. the exact allocation would depend on you time horizon and your risk tolerance.

The most risky investment in today's environment, where interest rates are about to go up, is long-duration bond funds

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 3:26 pm

ברוך הבא הרב don't worry, יישר כח פאר די לינקס.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 3:52 pm

טעגלאש האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:ווי ביזטו אנגעקומען צו עידש 65 ער האט שוין אויפגענוצט די גאנצע ביי 46 ביים דריטן קינדס חתונה.

האמיר ב״ה עקסטערע פאלעסיס פאר יעדן קינד, געלויבט השי״ת אויף ביז אהער, זאל ער העלפן אויף ווייטער

דעמאלטס שטייסטו אביסל בעסער, אבער נאך אויך ווייט פון א סעלושאן, דו מוזט אריינצאלן 1,600 פאר 20 יאר (צו האבן 40k נאך טעקס) פאר יעדן קינד עקסטער דאס מיינט אז ביים ניינטן קינד וועסטו דארפן צאלן 14,400 $ א יאר ! ווי נעמט מען אזויפיל געלט ?

ועוד פארגעס נישט אז דו גייסט מוזן מאכן די ריזיגע פעימענטס בשעתן חתונה מאכן די ערשטע קינדער, דאס איז כמעט אוממעגליך אפי' מען האט 40 אלפים פון א פאלעסי חתונה מאכן קאסט מער.

און צו דעם אלעם ווייס מיר נאכנישט וויאזוי מען קען ריטייערן מיט דעם פלאן.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג יולי 26, 2015 4:11 pm

אברך ביי לייף אינשורענס איז נישטא קיין טעקס ווען מ'נעמט ארויס דורך בארגן

פארוואס ביי דיינע אנדערע חשבונות רעכנסטע נישט קיין טעקס?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 4:22 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אברך, אביסעלע מעטה... ער האט 500,000 + ביי די 40, און ער נעמט ארויס 45 יעדע צווייטע יאר וויזוי האטער ביי די 65 כמעט 1.3 מיליאון? דו גיבט אים 10 פראצענט עניואל? ממש פאר צוואנציג יאר גיין נישט זיין קיין איין דאון יאר? איי מין אויב ביי די יאר 41 פאלטעס מיט 37 פראצענט ווי אין 2007, און ער נעמט ארויס 45 טויזענט חתונה צו מאכן... און פארגעסס נישט, צו בלייבן מיט 45 דאפער ארויסנעמען 60... וויזוי קומטער אן צו 1.275 ביי די 65?

סיז ממש נישט צו פארשטיין וויזוי דו זעהסט באמת נישט די פאקט אז די סטאק מארקעט מיוטשל פאנדס, אינדעקס פאנדס וכד'... קען אראפפאלן...

וויכי איך האב הנאה צו זעהן אז דאס קעפעלע ארבעט פיין.

וועגן דיין ערשטע פראבלעם אז אפשר ביי 3 פון זיינע קינדער וועט די מארקעט פונקט זיין דאון.

דאס איז גאר קליינער פראבלעם ווייל די געלט וואס ער נעמט יעצט ארויס האט ער דאך שוין אריינגעלייגט פאר 18 יאר צוריק און מיר האבן שוין אויבן געמאכט דעם חשבון אז נאך 11 יאר האט מען נאך קיינמאל נישט דערלייגט אפי' נאך א ריזיגע קראך.

די צווייטע תירוץ איז: ביזט גערעכט אז ביי עטליכע קינדער וועט ער מאכן 'קוים' 9% ווייל מען גייט האלטן נאך א קראך אבער ביי אנדערע דריי וועט ער דאך מאכן א מעכטיגע 17% יערליך ווייל די מארקעט וועט פונקט זיין אפ סא די סך הכל נאך 10 קינדער קומט אויס די עוורעדש פון 10 / 12 %, און זאג מיר נישט אז די מארקעט וועט זיין דאון פאר גאנצע 20 יאר עס איז נאך קיינמאל אזאנס נישט געווען.

אבער אז דו ווילסט דוקא וועל איך דיר זאגן א תירוץ וואס איז פיל בעסער פון די פארגאנגענע צוויי. לאמיר מאכן דאללער קאסט עוורעדשינג.

דאס מיינט אזוי.
לאמיר זאגן אז איך וויל איינקויפן א סטאק פון 1000 איין אוינסיגע שטיקלעך זילבער, אויב קויף איך איין די גאנצע אויף איינמאל קען דאך זיין אז מארגן וועט די פרייז פון זילבער אראפגיין און איך וועל זיך דערזעהן מיט א גרויסן שאדן, די עצה צו דעם איז צו מאכן דאללער קאסט עוורעדשינג דאס הייסט צו קויפן יעדן טאג איין אוינס, קומט אויס אז איך האב באקומען די עוורעדש פרייז פון 1000 טעג.

דאס איז א באקאנטע קאנצעפט אין איוועסטינג.

יעצט לאמיר אפלייען דעם קאנצעפט צו אונזער קעיס נאר פארקערט ער קען פארקויפן צווישן איין קינד און די אנדערע יעדן טאג א חלק און נאך 20 יאר וועט ער האבן פארקויפט פאר די עווערעדש פרייז פון די גאנצע 20 יאר.

וזה כפתור ופרח.

וועגן טעקס וועל איך באלד צוריק קומען.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג יולי 26, 2015 5:03 pm

אברך האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:ווי ביזטו אנגעקומען צו עידש 65 ער האט שוין אויפגענוצט די גאנצע ביי 46 ביים דריטן קינדס חתונה.

האמיר ב״ה עקסטערע פאלעסיס פאר יעדן קינד, געלויבט השי״ת אויף ביז אהער, זאל ער העלפן אויף ווייטער

דעמאלטס שטייסטו אביסל בעסער, אבער נאך אויך ווייט פון א סעלושאן, דו מוזט אריינצאלן 1,600 פאר 20 יאר (צו האבן 40k נאך טעקס) פאר יעדן קינד עקסטער דאס מיינט אז ביים ניינטן קינד וועסטו דארפן צאלן 14,400 $ א יאר ! ווי נעמט מען אזויפיל געלט ?

ועוד פארגעס נישט אז דו גייסט מוזן מאכן די ריזיגע פעימענטס בשעתן חתונה מאכן די ערשטע קינדער, דאס איז כמעט אוממעגליך אפי' מען האט 40 אלפים פון א פאלעסי חתונה מאכן קאסט מער.

און צו דעם אלעם ווייס מיר נאכנישט וויאזוי מען קען ריטייערן מיט דעם פלאן.

ווען מען מאכט חתונה די קינדער צאלט מען שוין לאנג נישט. (האסט אמאל געהערט פון א 10 פעי פאליסי? פון א 15 פעי פאלעסי?) גיי לערן דורך (האסט דאך ליב צו לערנען) האלל לייף, און דערנאך וועסטו קענען קאמפערן

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 5:46 pm

אקעי לאמיר רעדן פון א 10 פעי, דארפסט אריינצאלן 25,000 די ערשטע 10 יאר,
ביים פיפטן קינד דארפסטו צאלן 12,500 פאר פינעף קינדער, אביסעלע צו סאך פארן דורכשניטליכן פארדינער.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג יולי 26, 2015 6:27 pm

דו ביסט זייער אףף מיט די נומערן.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג יולי 26, 2015 6:41 pm

אברך אז די ווארפסט דא נאמבערס, כמדומה אז די האסט א דזאב ערגעץ אין די ליין, מעג מען וויסן וואס?

ווען איך ליין א תגובה פון וויכי ווייס איך ער איז א לייף אינשורענס עדזענט, קענעך מאכן מיין עדזאסטמענט צו וואס ער זאגט, ווילעך קענען מאכן די זעלבע עדזאסטמענט צו דיינע ווערטער

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג יולי 26, 2015 7:29 pm

ווי האב איך געמאכט א טעות ?
איז ריכטיג אז א 10 פעי איז נאך 20 יאר דאפלט די אמאונט מען האט אריינגעלייגט די ערשטע 10 יאר ?

קומט אויס אז אז אויב לייגסטו אריין 25 די ערשטע 10 וועסטו האבן 50 ביים חתונה מאכן רעכן אראפ פון די ריוח (25) 15% לאנג טערם קעפיטעל געינס טעקס האסטו 46,250, אפפס דא ליגט מיין טעות, תשעה באב נאכמיטאג מעג מען מאכן א גליטש.
איך האב גערעכנט טעקס אויפן גאנצן סכום.

גוגל, מיין דשאב איז ניטאמאל קיין קאזין מיט פיינענסעס.

האועווער איך מיין אז אנשטאט זיין פארנומען מיט חשבונות ארויף און אראפ, איז איינער מחולק אויף די הויפט פונקט. אז די זעלבע געלט וואס דו לייגסט אריין אין א פאלעסי וואלט געווען איבער דאפלט ביי א 10% ריטוירן און דו קענסט לאזן וואקסן די צווייטע האלב ביז ריטייערמענט און ריטייערן ווי א עושר ?
לעצט פאראכטן דורך אברך אום זונטאג יולי 26, 2015 10:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט