אקעי, אמעריקען עקספרעס האט ארויפגערוקט די באנוסעס אויף אפאר קארטלעך.
פערסאנעל דעלטא גאלד - 60,000 פוינטס נאך $3,000:
באקומט 50,000 פוינטס נאכ'ן ספענדן $2,000 אויפ'ן קארד אין די ערשטע דריי חדשים, און נאך 10,000 פוינטס פאר'ן ספענדן נאך $1000 אין די ערשטע זעקס חדשים נאכן עפענען, ווי אויך קומט עס מיט א $50 סטעיטמענט קרעדיט אויב קויפט מען עפעס (א טיקעט, וכדו') ביי דעלטא אין די ערשטע דריי חדשים.
ס'קומט אויך מיט נאך בענעפיטס ווי פריאריטי באורדינג, אן אומזיסטע רענצל אויף דאמעסטיק פלייטס פאר'ן קארדהאלדער און ביז נאך אכט מענטשן אויפ'ן זעלבן רעזערוועישן, עקסטענדעד וואראנטי, וכו'
די קארד האט נישט קיין פארעין טרענזעקשן פי'ס פאר'ן נוצן אין אויסלאנד.
ס'איז גאנץ גרינג צו ווערן אפראווד פאר די קארד אפי' מ'איז נאך ניי צו קרעדיט קארדס.
די קארטל איז אומזיסט די ערשטע יאר, נאכדעם קאסט עס $95.
לינק---------------
פערסאנעל דעלטא פלעטינום - 70,000 פוינטס:
באקומט 70,000 פוינטס נאכ'ן ספענדן $3,000 אויפ'ן קארד אין די ערשטע דריי חדשים, ווי אויך א $100 סטעיטמענט קרעדיט נאכן איינקויפן ביי דעלטא.
די זעלבע בענעפיטס ווי אויבן אויפ'ן גאלד קארד.
די קארד קומט אויך מיט א קאמפעניאן סערטיפיקעט נאכ'ן ערשטן יאר, צו מיטנעמען איינעם פאר אומזיסט (מ'דארף צאלן טעקס, א מאקסימום פון $75) אויף א דאמעסטיק פלייט.
האט נישט קיין פי אין אויסלאנד.
קאסט $195.
לינק------------
די ביזנעס ווערסיע פונעם דעלטא גאלד קארד. אויך זעכציג טויזנט פוינטס נאך $3,000:די זעלבע ספענדינג דיטעילס און בענעפיטס ווי די פערסאנעל קארד.
אויב האט איר נישט קיין קארפארעישאן, קענט איר סעלעקטן 'sole proprietorship' און נוצן די סאושל פאר'ן טעקס איי די.
איינס פון די מעלות פונעם ביזנעס קארד איז אז ס'ווערט נישט רעפארטעד אויפ'ן קרעדיט רעפארט, סאו מ'קען אויסנוצן די גאנצע קרעדיט ליין אן וואס ס'זאל שאטן פאר'ן קרעדיט, ווי אויך קומט נישט ארויף אז מ'האט געעפנט א נייע קארטל.
אומזיסט די ערשטע יאר, נאכדעם קאסט עס $95.
לינק-------------------------------
אז איך שרייב שוין, וועל איך שוין אויך דערמאנען די עימעקס
Blue For Business Plus:ווי די נאמען ווייזט איז עס א ביזנעס קארד וואס קומט נישט ארויף אויפ'ן קרעדיט רעפארט, סאו ס'גוט פאר איינער וואס וויל אויסנוצן די גאנצע קרעדיט ליין.
די ערשטע פופצן חדשים איז אינטערעסט פריי.
אויף די ערשטע פופציג טויזנט דאללער באקומט מען 2 פוינטס פער דאללער.
די קארד איז אומזיסט.
די קארטל קאסט יא צו נוצן אין אויסלאנד, 2.7%.
געווענליך איז נישט דא קיין באנוס אויף די קארד, אבער אויב איר עפלייט דורך מיין לינק וועט איר באקומען 10,000 עימעקס פוינטס נאכ'ן ספענדן $3,000 דערויף אין די ערשטע דריי חדשים פונעם עפענען.(פערזענליך האלט איך אז דאס איז פון זייערע בעסטע - אויב נישט
די בעסטע - קארטלעך וואס זיי האבן, 2 פוינטס פער דאללער, קאסט נישט קיין געלט, און מ'קען טרענפערן די פוינטס צו עירליינס וכדו'.. כמעט נישט דא עפעס בעסערס)
לינק-------------------------------
ביטע נוצן מיינע לינקס אין די תגובה, און נישט לייגן אנדערע רעפערעל לינקס. שכח.