שיקען א קינד קיין קאנאדא מיט א צווייטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:00 pm
דורך צו געזונט
מיר ווילען אויפמערקזאם די חשוב'ע געמיינדע, אז ווען איר שיקט א קינד פון אונטער זעכצן יאהר קיין קאנאדא (מיר רעדן פון קאנאדא, ווייל די עקספעריענס פון וואס מיר רעדן דא נעמט זיך פון דארט) אפילו מיט א נאנטן משפחה מיטגליד, איז גוט מיטצושיקן נאטעריזירטער דאקומענט מיט ביידע עלטערן אונטערשריפט, שרייבענדיג די אייגענע אינפארמאציע מיט א טעלעפאן נאמבער און אז מען ערלויבט דאס קינד צו רייזן קיין אויסלאנד, און אויך די אינפארמאציע ווי דאס קינד ברויך אנקומען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:48 pm
דורך שמאטע
און די זעלבע איז אויך נוגע ווען דאס קינד פאר מיט נאר איינע פון די עלטערן, זאל מען (ברויך מען?) האבן א געשריבענעם דאקומענט פון די אנדערע חלק אז זי/ער ווייסט און לאזט פארן.
#זוי ליגט מיר אין קאפ
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2015 7:15 am
דורך קאכעדיגע
שמאטע האט געשריבן:און די זעלבע איז אויך נוגע ווען דאס קינד פאר מיט נאר איינע פון די עלטערן, זאל מען (ברויך מען?) האבן א געשריבענעם דאקומענט פון די אנדערע חלק אז זי/ער ווייסט און לאזט פארן.
#זוי ליגט מיר אין קאפ
אז די האסט נישט , קאלען זיי אהן צו זי געט רשות, עס גייט שנעל