בלאט 1 פון 1
א שיינע מתנה פאר א חבר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 2:39 pm
דורך אריינגעקראכט
טייערע חבירים let's be creative !!!
וואס איז א שיינע מתנה צו קויפן פאר א חבר וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד 5 יאר נאך די חתונה????
ער ערווארט א גאר שיינע מתנה פון מיר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 2:42 pm
דורך חיים ושלום
א קערידזש?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 2:44 pm
דורך גוגל
א ספר אויף א ברית אדער פדיון הבן, און שרייב זייער א הארציגע נוסח ווי די פילסט מיט זיין שמחה, די נוסח איז מער ווערט ווי די מתנה
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 5:05 pm
דורך שאינו יודע
וואטע פאר די אויערן פאר ביינאכט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 6:38 pm
דורך קברנה סובניון
חיים ושלום האט געשריבן:א קערידזש?
א קעריטש האט אים שוין סיי זיין טאטע און סיי זיין שוויגער געקויפט, ווארשיינדליך,
(און אפשר גאר ער אליינס אלץ סגולה...)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 6:50 pm
דורך פאטאקי08
אויב האט ער א קאר? א קאר סיט/אינפענט סיט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 7:02 pm
דורך סאיזגוטבה
אויב די ביסט טאקע א גוטע חבר דארפסטו אליין וויסן וואס ער האט און וואס ער דארף!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:22 am
דורך בעל דמיון
https://www.4moms.com/mamarooאיך בין ב״ה אויך געהאלפן געווארן כמעט 5 יאר נאך די חתונה, איך האב דאס געקויפט ס׳איז אויסער געווענליך גיט! (אויב מ׳האט פלאץ...)
( די ב״ב דערמאנט מיר אז דאס האמער געקויפט שפעטער ווען מ׳האמער געהאט צווילינג, ס׳קומט זייער צוניץ, בעיביס קענען פארברענגן אין דעם שעות)
נ.ב. און מיט די תגובה בינעך ארויף צו א העכערע ״טעקס ברעקעט״ עפעס ״חמישים ומאתים״ עפעס אזוי ״כ׳ווייס נישט וואס דעי זאכן זענען״
חחחחחח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:55 am
דורך יענקל פאטאש
בעל דמיון האט געשריבן:https://www.4moms.com/mamaroo
Control motion and sound with your smart device
איך האב מורא אז מ'קען דאס העקען, דו וועסט אן שטעלן ווי קאר רייד און דער חכם וואס האט פארפירט דעם פליגער וועט דאס פארדרייען צו קענגערו.
שוין צוריק צום ענין.