בלאט 1 פון 1

Exhaust System אויף א טאפ פלאר דאך

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 11:19 am
דורך יהיה כן
א דירה וואס איז זייער הייס, צוליב ווייל עס איז נישט קיין brick נאר frame, און עס איז אויפן טאפ פלאר, איז במילא אינעווייניג אין די דירה, קען מען לייגן עיר קאנדישאן, אבער אינדרויסן אין די האל און סטעפס, איז ביטער הייס, ממש נישט אויס ציהאלטן,
ווילעך בעטן דעם לענדלארד ער זאל מוחל זיין און אריין בויען אין דאך אזא Exhaust System וואס זאל ארויס ציען די היץ, די שיילע איז וויפיל קאסט אזוינס?, (מען דארף אויפברעכן דעם דאך), און ווער מאכט דאס גוט (אין וומבס"ג)?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 12:22 pm
דורך בך בטחו
מענין לענין באותו ענין

האב איך מחבר געוועהן א DRYER ביי א חבר מיינער זעה איך אז די VENT גייט נישט קיין ערגעץ עס בלייבט אין די בוילער רום (אלס א טובה זעה איך אז עס צוהט זיך ביז די FRESH AIR פון די BOILER
איז דאס safe אדער עס מוז דווקא ארויסגיין צו די גאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 12:41 pm
דורך farshlufen
בך, עס ברויך צו גיין נאר אויף ארויף אדער גראד, נישט צו לאנג און ברויך ארויסגיין פארשטייט זיך אין גאס.

בנוסף צו ענדלאזע drying time הויכע גאז בילס און א צובראכענע מאשין קאן עס זיין חלילה א קארבאן מאנאקסייד סכנה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 12:43 pm
דורך farshlufen
יהי', דער בוידעם איז אינסולעיטעד?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 1:02 pm
דורך יהיה כן
farshlufen האט געשריבן:יהי', דער בוידעם איז אינסולעיטעד?

דאכציך אז יא, (לויט די אומדערטרעגליכע היץ, זעהט אזוי אויס), די דאך אינדרויסן איז א גראדע דאך, (נישט קיין שיעפע בוידעם), אבער זעהט אויס ווי עס איז דאס עפעס א חלל צווישן דעם דאך פון די דירה ביז די roof

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 1:47 pm
דורך farshlufen
אומדערעגליכע היץ צייגט דייקא אז עס נישט אינסולעיטעד, ערגעץ וואו ברויך צו זיין א לייטער ארויף צו קריכן צום דאך, מיט אן עפענונג צום בוידעם אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 1:50 pm
דורך יהיה כן
farshlufen האט געשריבן:אומדערעגליכע היץ צייגט דייקא אז עס נישט אינסולעיטעד, ערגעץ וואו ברויך צו זיין א לייטער ארויף צו קריכן צום דאך, מיט אן עפענונג צום בוידעם אויך.

יא עס איז דא א לייטער מיט אן עפענונג, וואס פירט דירעקט צום דאך,
אבער איך וויל דאך נישט פארשטאפן דעם עפענונג, מחמת כ'וויל מען זאל קענען ארויף גיין צום דאך, און אויך ווייל כ'וויל דאך נישט ס'זאל אריינרעגענען דורכ'ן עקזאסט