בלאט 1 פון 1

בעסיק בייק מעינטענעס פרייזען אין די היימישע געגענטער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 9:15 am
דורך אליעזר גרינפעלד
אזוי ווי מיין בייק ווערט נישט גענוצט דורכ'ן ווינטער, און איך ווייס אז דער tune-up גייט פארלאנגן נייע רעדער און ברעיקס {מיט רעכט, איך דארף עס טוישן}
עפן איך די אשכול ווי מען זאל זיך אויטוישען אינפערמאציע ווי מען גייט געווענליך, און וויפל מען צאלט אייטעם ביי אייטעם.

די אשכול איז פאר וומסב"ג, ב"פ, קר"י, מאנסי, לעקוואד.

יעדער וואס האט די צייט זאל אריינצשרייבען וופיל געלט ער צאלט ביי זיין דילער, בין כך ובין כך וועלן מענטשן נהנה האבן באקימענדיג אינפערמאציע ווי מען קען באקימען די סערוויס פאר ביליגער,

***

איך האב געמאכט א 'טאן-אפ' פאריאר פאר זומער פאר בערך $45 אויף פארק עוו. ביים גוי
עס האלט זיך נאך גוט און דעי יאר ברויך איך נישט קיין טאן-אפ

א נייע העלמעט האב איך יא איינגעהאנדעלט פאר $50 אויף מורטל קארנער וואשינגטאן
און א 'וועלקרא' פאר די הויזן, עס זאל זיך נישט אריינכאפן און די אייזן פונעם טשעין - ווייסט ואס איך מיין - פאר $5
ביי 'בייק אהעד' אויף בראדוועי צווישן הופער און היוז.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:10 am
דורך גוגל
וואס דארף א בייק א "טאן אפ"?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 1:46 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
מר. גוגל - נעקסט טיים גוגל עס

א בייק וואס מען נוצט נישט ווערט שטויביג
די טשעין קען נוצן ליקוואוד, די ברעיקס ווערן אויסגענוצט נאכן נוצן א גאנצ'ן זומער
די ברעיק און געיר בענדלעך ועוד ברויכן ווערן געטשעקט איידער מען לאזט זיך ארויס.

איך האב א בייק וואס האט געקאסט מער ווי $5 :P
מילא נעם איך קער דערפון עס קאסט אביסל מער אבער עס האלט זיך אסאך לענגער.

טייערס טובס גייען אויך אמאל א גאנג
סע איז דא וואס צו טון

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 3:15 pm
דורך זאל זיין אזוי
אליעזר, שכוח פארן עפענען דעם אשכול, נישט ווייל איך פארמאג א בייק, נאר כ'וויל כ'וויל זייער זייער שטארק (מעשה בחסיד אחד....ורצה.. ורצה...). כ'ווייס נישט פארוואס און אלע אנדערע געגענטער ווי עס איז דא היימישע אידן איז דאס א נורמאלע זאך באט פאר סאם ריזען דא און ווילי איז עס נאך אלץ אן אופאלענדע זאך ווען מען זעהט איינעם מיט א בייק, אפשר איז דא די פאסיגע פלאץ און צייט מען זאל דיסקוסען דע פרא'ס ענד  קאנס און אפשר גאר זיך מאכען א גרופע אינגעלייט וואס וועלן דיירעקט יא ארום פארן און דעם אדישים קווארטל און אזוי וועט דאס ווערן א נורמאלע זאך, און מער און מער אינגעלייט וועלן זיך אנשליסען (לאמיר זיך נישט פאפען די בעסטע לעזונג פאר די שווערע טראפיק פארקער דורכאויס ווילי איז דאס).

והאמת ניתן להיאמר כבין אריין צו דעם אינגערמאן אויף בראדוועי צווישען הופער און קיעפ "בייק אהעד" (אגב דאכצעך ער מאכט אויך בייק טון אופ'ס) כ'געוואלט ער זאל מיר געבען אפאר נעמען אז איך זאל קענען צאםשטעלן אזא פראגראם, זאגט ער מיר ער שטיצט זייער דעם פלאן אבער צוליב דעם וואס ער פארקויפט אסאך פאר די אינגעלייט און זיי ווילען עס זאל זיין קאנפידעטשעל קען ער דאס נישט טאן! ער לייגט נאר צו אז עס איז דא א געוואלד פון אינגעלייט וואס האנדלען זיך איין בייקס די טעג (וז"ל סאך מער ווי די שטעלסט זיך פאר...) אינגעלייט רופט'ס ענק אהן לאמיר דאס דורכברעכען אונס ענד פאר אלל. ..

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 4:27 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
דא איז נישט די פלאץ פאר דעם סע שוין דא כמה אשכולות פאר דעם - ביטע נישט פארדרייען.

דיזער אשכול איז געמאכט פאר די וואס נוצן יא שוין א בייק.
זוכן ווי צו קויפן אייטעמס זאל מען אויסשמועסן דא.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 4:42 pm
דורך זאל זיין אזוי
אפשר קענסטו צוווייזען דעם פאסיגען אשכול