בלאט 1 פון 1
סגולה להחזיר בתשובה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:25 pm
דורך נודה לך
ווייסט איינער וואו מקען מאכן די סגולה פאר איינעם וואס יצא לתרבות רעה דורך לייגן א ציגל אין אויבן ביי א קבר פון א צדיק ?
דער מקור? און וויאזוי מאכט מען דאס? וכו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:30 pm
דורך יאנקעלע קליגער
פארבינד דיך מיט אראדער רב זצ"ל'ס קינדער , ער פלעגט עס צו מאכען,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:09 pm
דורך כתב ולשון
דאס איז גאר א פריערדיגע סגולה, און ווערט געברענגט אין ס' זכירה (עניני תשובה עמוד נ"ח, נדפס לראשונה בשנת תס"ט), און ער לייגט צו אז ס'איז בדוק מכתבי האר"י ז"ל. אזוי אויך ווערט עס געברענגט אין מראה הילדים (מערכת תי"ו, אות א').
ס'איז ידוע אז דער סאטמארער רבי זי"ע (בן הקדויו"ט) האט אמאל אין די ל' יארן געהייסן פאר איינעם מאכן די סגולה ביים קבר פון ר' יחזקאל'ע מערץ זי"ע (מ'קען טאקע זעהן דארט אין אוהל פיל פון אזעלכע ציגל).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:11 pm
דורך כתב ולשון
די סגולה ווערט אויך געברענגט אין דגל מחנה יהודה להרה"ק מסטרעטין וז"ל:
מי שיצא לתרבות רעה, קח לבינה חדשה ושים בתנור של אש (שהסיק) [שהוסק] בעש"ק לחלות לחם על שבת, ויניח שם עד שבת השני אחר שנאפה החלות, ואח"כ יקח משם הלבינה ויכתוב שמו של פב"פ שם אמו, ואמור על הלבינה: "כשם שהלבינה הזו בוערת בתנור של אש, כן יבער לב פב"פ שיצא לתרבות רעה, שיתהפך לבו לשמים לטובה". ואח"כ יאמר הכותב הזה עליו ג"פ (נ.ב. כנראה הכוונה שיחזור על אמירה זו שלש פעמים). ואח"כ שים הלבינה בקבר של צדיק אחד, והנח שם שבוע אחד, ותראה נפלאות.
סגולה להחזיר בתשובה
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 1:36 pm
דורך דרך החיים
אפאר וואכן צוריק איז געווען א באשרייבונג פון הרה"צ ר' יחזקעל'ע מערץ זצ"ל אין דער בלאט דארט ווערט געברענגט א מעשה פון א שטיין ביי זיין צוין
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 5:37 pm
דורך dovidal
אצל ציון הה"ק מריבניץ זי"ע יש שם הרבה ציגל והרבה נושעו
פארעפענטליכט: שבת יוני 13, 2015 11:29 pm
דורך א שטילער איד
איך האב אמאל פרובירט עס צו מאכן און געפרעגט אראד'ע רב דערוועגן, ער זאגט אז מדארף שרייבן סיי פארן אריינלייגן און סיי נאכדעם וויבאלד עס שטייט "בוער" באש, (נישט "בערה") מיינט דאך אז עס שטייט די נוסח בשעתן באקן, אבער איך האב נישט געזען אינערגעץ אז מדארף שרייבן בעפאר, (מאנכע האבן געטוישט די נוסח צו "ביער" אבער "בערה" וואס איז א לשון עבר אבער רוב פריערדיגע מקורות שטייט "בוער"), איז די שאלה צו סאיז טאקע מעכב יעדעס אות וויאזוי משרייבט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 12:54 am
דורך verveist
אין די מעלות איז אנומלט געװען באַשריבען די פינקטליכע הוראות אויף דעם