בלאט 1 פון 1
איך זוך א עצה
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 7:45 pm
דורך סמארט גאי
אסאך מאל איז דא (למשל איך יעצט ) איינער וואס זוכט א עצה אדער פאטענט, אבער עפענען א גאנצע אשכול פאר דעם האט נישט קיין פשט,
דערפאר עפען איך דא דעם אשכול, ווי מ'וועט פרעגן אלע קלייניקייטן, און איש את רעהו יעזורו,
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 7:47 pm
דורך סמארט גאי
איך זוך פשוטע אבער עפעקטיווע וועג וויאזוי צו פראטעקטן די וואנט אז סזאל נישט צוקראכט ווערן פון די קיך בענקלעך,
איך האב נישט קיין חשק צו לייגן א מאלדינג אויף די וואנט,
איז דא עפעס וואס מקען לייגן אויף די בענקל, אבער סזאל נישט אויסקוקן מאדנע ?
תזכו למצות
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 7:54 pm
דורך פשוט'ער אידל
סמאר"ט געדאנק.
איך זוך די ביליגסטע וועג פאר אינטערנע"ט אין די קאנטרי.
עניבאדי פאר עדווייס?
ייש"כ מראש
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:01 pm
דורך א גראם מיט טעם
איך זיך אן עצה פטור צו ווערען פון סקווירעל וואס בייסט אריין ביים האלץ נעבען מיין אירקאנדישען.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:02 pm
דורך קיווי סטראבערי
קוקט אויס אז די אשכול איז נאר פאר די וואס זוכן עצות
ס'שוין דא אן אשכול פאר לעזונגען?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:13 pm
דורך פשוט'ער אידל
ס'גייט גיין כאטש א חצי נחמה, צרת רבים. יעדער האט פראבלעמען
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:23 pm
דורך כרם
סמארט גאי האט געשריבן:איך זוך פשוטע אבער עפעקטיווע וועג וויאזוי צו פראטעקטן די וואנט אז סזאל נישט צוקראכט ווערן פון די קיך בענקלעך,
איך האב נישט קיין חשק צו לייגן א מאלדינג אויף די וואנט,
איז דא עפעס וואס מקען לייגן אויף די בענקל, אבער סזאל נישט אויסקוקן מאדנע ?
תזכו למצות
איך האב אמאל געזעהן ביי איינעם א קלער פלעסטיק אויף די וואנט אפשר קען עס זיין אינטערעסאנט פאר דיר
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:26 pm
דורך כרם
א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך זיך אן עצה פטור צו ווערען פון סקווירעל וואס בייסט אריין ביים האלץ נעבען מיין אירקאנדישען.
וואס הייסט נעבען? וואס פארמאכט די צווייטע האלב פענסטער? אדער וואס האלט אינטער?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:29 pm
דורך קנאפער ידען
סמארט גאי האט געשריבן:איך זוך פשוטע אבער עפעקטיווע וועג וויאזוי צו פראטעקטן די וואנט אז סזאל נישט צוקראכט ווערן פון די קיך בענקלעך,
איך האב נישט קיין חשק צו לייגן א מאלדינג אויף די וואנט,
איז דא עפעס וואס מקען לייגן אויף די בענקל, אבער סזאל נישט אויסקוקן מאדנע ?
תזכו למצות
What Can Be Used on a Chair to Prevent Paint Scratches on Walls? - http://homeguides.sfgate.com
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:30 pm
דורך א גראם מיט טעם
כרם האט געשריבן:א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך זיך אן עצה פטור צו ווערען פון סקווירעל וואס בייסט אריין ביים האלץ נעבען מיין אירקאנדישען.
וואס הייסט נעבען? וואס פארמאכט די צווייטע האלב פענסטער? אדער וואס האלט אינטער?
איין האלב איז די אירקאנדישען דער אנדערע א ברעט, דער חברה מאן האט זיך גענומען עסען לאנטש אויפען ברעט...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:30 pm
דורך ידיד
סמארט גאי האט געשריבן:אסאך מאל איז דא (למשל איך יעצט ) איינער וואס זוכט א עצה אדער פאטענט, אבער עפענען א גאנצע אשכול פאר דעם האט נישט קיין פשט
איך וואלט געזאגט אז זאלסט יא עפענען א באזונדערע אשכול (פארשטייט זיך נאכן זוכן אויב ס'איז נאכנישט פארהאן אזא אשכול).
ערשטענס, קוק וואס פאר צומישעניש דא טוט זיך בלויז פון עטליכע תגובות.. צווייטנס, ווען עס שטייט אינעם קעפל אויף וואסערע זאך מען זוכט אן עצה, איז דא א גרעסערע טשענס אז די וואס האבן עקספיריענס דערין זאלן אריינקומען אינעם אשכול, ווי ווען עס שטייט סתם "איך זוך א עצה". און דריטענס, אין די פיוטשער ווען איינער וועט זוכן אן עצה אדער אינפארמאציע אויפן זעלבן נושא, וועט עס אים זיין פיל גרינגער צו טרעפן ווען ס'איז אין אן עקסטערן אשכול.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:35 pm
דורך מיסטעריעז
פשוט'ער אידל האט געשריבן:איך זוך די ביליגסטע וועג פאר אינטערנע"ט אין די קאנטרי.
עניבאדי פאר עדווייס?
קאמפיוטער אדער פאון?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 9:37 pm
דורך כרם
א גראם מיט טעם האט געשריבן:כרם האט געשריבן:א גראם מיט טעם האט געשריבן:איך זיך אן עצה פטור צו ווערען פון סקווירעל וואס בייסט אריין ביים האלץ נעבען מיין אירקאנדישען.
וואס הייסט נעבען? וואס פארמאכט די צווייטע האלב פענסטער? אדער וואס האלט אינטער?
איין האלב איז די אירקאנדישען דער אנדערע א ברעט, דער חברה מאן האט זיך גענומען עסען לאנטש אויפען ברעט...
מ'קען קויפן ביי האום דיפאו א סטיל פליעט (איך האב עס שוין געניצט אויף א פלאץ וואס כהא נישט געקענט ניצן האלץ) פרעג עני הענדי מען וואס האט א גריינדער זאל דיך עס צושניידן לויט די סייז
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 11:18 pm
דורך בערקא
ס׳איז דא צו קויפן סם וואס דער׳פטר׳ט זיי, מיין לענדלארד פלעג עס לייגן ביי די גארבעדזש, אבער מען דארף עס צו סקרולען אז נישט נעמען זיי עס אוועק