בלאט 1 פון 1

אלארם קלינגט אן אויפהער

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 11:51 am
דורך אייער_קיכל
שוין איבער א וואך צייט וואס עס קלינגט א (סמאוק?) אלארם אין מיין געגענט און מ'קען נישט דערגיין פון ווי ס'קומט, זעט אויס דער היים אייגענטומער איז געפארן א וואקאציע און איבערגעלאזט די גאנצע געגענט קראכן

שכינים האבן שוין עטליכע מאל גערופן די פייערלעשער אבער זיי ווייסן אויך נישט פון ווי דאס קומט (אדער גייט עס זיי נישט אן) און זיי זעען נישט קיין שום שפור פון פייער במילא קענען זיי נישט קיין סך העלפן

איך האב שוין פרובירט מער ווי איינמאל עס צו טרעיסן אבער אן ערפאלג, די פראבלעם איז אז די גאסן דא זענען זייער ביזי און נויזי במילא איז כמעט אוממעגליך עס צו טרעיסן פון די גאס, אבער אויבן אינדערהיים לעכערט עס די אויער און די קינדער האלטן זיך און איין אויפוועקן דערפון

עני העלפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 12:01 pm
דורך כרם
ווער געוואר ווער פון די שכנים זענען נישט אינדערהיים ענד טעיק איט פראם דער

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 12:21 pm
דורך אייער_קיכל
עס ווערט זיך נישט אזוי גרינג געוואויער, איך וואוין נישט אין א שטעטל ווי יעדער ווייסט ווען דער שכן לייגט זיך/שטייט אויף, איך דארף גיין קלאפן ביי יעדע בנין געוואויר צו ווערן ווער דער פארברעכער איז, און ס'דא זייער אסאך בנינים אין דעם געגענט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 3:42 pm
דורך אייער_קיכל
מיין נעקסטע סטעפ איז קאלן 311 פיילן א קאמפלעינט, אבער קודם דארף איך וויסן צו ס'אינוואלווד נישט קיין מסירה, זיי קענען קנס'ן פאר א נויז קאמפעינט אדער גייען זיי סייווי נישט קעיר נעמען דערפון פאר א יאר ארום?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 4:26 pm
דורך שמש
ערשט קויף גיטע ear plugs

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:21 pm
דורך מאנ-יימער
אייער קיכל וואוינסט אפשר אין מיין שכינות? אין מיין שכינות פייפט אויך אן אויפהער.