בלאט 1 פון 1

וויפיל ספענד מען פאר משפחה שבע ברכות?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 9:55 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך וואלט געוואלט וויסן ווי אזוי דער עולם טוט ווען עס קומט צו מאכן א שבע ברכות פאר משפחה מיטגלידער, בעיקר פאר ווער עס האט א גרויסע משפחה ווי סיז ב"ה דא חתונות עטליכע מאל א יאר,

ווען א טאטע מאכט חתונה און מ'מאכט א שבע ברכות פאר א ברודער/שוועסטער קען מען פארשטיין אז משטעלט צו א שיינע שבע ברכות ווייל עס איז נענטער און ווען די עלטערן מאכן חתונה ב"ה אלע קינדער ענדיגט זיך עס,
אבער ווען עס קומט צו אייניקלעך (נעפיו/ניס) איינער וואס האט א גרויסע משפחה און סיז דא קע"ה חתונות עטליכע מאל א יאר, און נישט יעדער איינער האט דעם $75-$100 צו צאלן פאר א שבע ברכות יעדעס מאל,

ביי מתנות האט מען ביי אונז אין די משפחה איינגעפירט אז יעדער (נישט קיין חילוק צו מהאט אסאך געלט צו נישט) דארף געבן $10 ביים תנאים און די קאָפל באקומט די געלט ביי די חתונה, און זיי קענען טוהן דערמיט וואס זיי ווילן, אבער ווען עס קומט צו שבע ברכות איז שוין דא א שטיקל פייט, למעשה איז דא מענטשען וואס מוטשענען זיך אויף יעדן דאלאר און זיי ווילן/קענען ענדערש צאלן $20 ווי $75, ווילן עטליכע פון די משפחה איינפירן אז מזאל מאכן א קליינע שבע ברכות (דאכצעך דאס איז אפילו איינע פון די חתונה תקנות) דהיינו, איינער טראגט זיך אן צו מאכן שבע ברכות ביי זיך אינדערהיים און מריפט נאר די מינומום חתן/כלה, מחותנים,זיידעס,אויב איז דא קינדער אינדערהיים (פון די אייגענע ברידער/שוואגער) די מחותן'ס קינדער פון דערהיים ריפט מעניש, אזוי אויך קומט מען אן צו 10 קאפל, און די איבריגע חתונה געהאטע קינדער קומען ארויף צום בענטשען און מסערווירט קוגל,אייס קרים מזיצט א האלבע שעה מזינגט אפאר ניגונים און מגייט אהיים,
דעס האט עטליכע מעלות
1) סיז ביליגער,
2) סיז בכלל גרינגער פאר א מענטש אנצוגרייטען עסן פאר 10 קאפל (20 מענטשען) ווי פאר 25 קאפל (50 מענטשען) מדארף נישט קיין קעיטערער, יעדער קען עס קאכן אין די אייגענע טעפ
3) מקען אנהייבן פריער ווייל אויב מריפט יעדעם נעמט צייט ווילאנג יעדער באקראצט זיך ווייל איינער וואס האט א שטוב מיט קליינע קינדער וויל נישט ארויסגיין פאר די קינדער שלאפן, מקעניש איבער לאזן אלע קינדער אויף און אוועקלויפן 7 אזייגער צו א שבע ברכות, קומט אויטאמטיש אויס אז מגייט שפעט וואשט מען זיך 9 אזייגער און מענגדיגט שפעט, אויב אבער ריפט מען נאר די 10 מענטשען, זיי קענען זיך שוין וואשן פריער זיי עסן געהעריג און דער איבריגער עולם קען אנקומען 9:30 אויך (מקען נאך אפילו גיין צום שיעור) און 10-10:30 איז מען נאך אלעם,
עס האט איין פראבלעם און אפשר די איינציגסטע פראבלעם, אויב איז דא געשוויסטער און א אנדערע שטאט ווי די שבע ברכות איז, פאר אזא איינעם לוינט נישט צו פארן א שעה צו זיין א האלבע צו א דריי פערטל שעה ביי א שבע ברכות און אהיימפארן

דעס איז נאר ביי די וועלכע די משפחה באשטייט פון מערערע געשוויסטער, איינעם וואס די געשוויסטער זענען 4-5 מאכטעס נישט אויס

בינעך נייגעריג וואס דער עולם טוט

יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 10:06 am
דורך מחותן
מען מאכט א שבע ברכות וואס מען קען זיך ערלויבען.. די מחותנים זיי האבן שוין א מנהג זיך צו נעמען חובות איבער'ן קאפ פאר חתונה מאכען... אבער די משפחה ארום האבן נאך נישט די חיוב,
דערפאר - ע"פ מענטשליכקייט - מעג מען קיינעם נישט מחייב זיין מיט קיין סכום נאר יעדער זאל געבן וויפל ער קען און מיט די געלט אין האנד זאל מען פראבירען די בעסטע וואס מעגליך.. ואין בזה משום כיבוד אב.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 11:09 am
דורך תג נוצער
יענקלע, איך בין אין א משפחה פון אסאך געשוויסטער העכער 10 און די אייניקלעך האבן שוין חתונה ב"ה, און מ'טוט ווי די עצה וואס דו האסט געשריבן, און יעדער איז צופרידן ב"ה
וכדברי המחותן
די מחותנים זיי האבן שוין א מנהג זיך צו נעמען חובות איבער'ן קאפ פאר חתונה מאכען... אבער די משפחה ארום האבן נאך נישט די חיוב,

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 11:26 am
דורך קאווע באנדל
ביי אונז מאכט מען נאר א קליינע שבע ברכות אינדערהיים, יעדע נאכט מאכט א צווייטער א געשמאקע סאפער ביי זיך אין דיינינג רום איינמאל די באבע/ס איינמאל א שוואגער/ברידער, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן ווי שיין סאיז, די משפחה פארברענג אזוי שיין, סאיז א ריכטיג שמחת חתן וכלה. מע באקענט זיך מיט די חתן(אין מיט די אייגענע משפחה...) ווי אזוי קעמען זיך געהעריג באקענען ווען די חתן זיצט ווייט אוועק אויפן אויבן אן?
און פאשטייצעך יעדער פין די געשוויסטער מאכט עפעס פאר די סעודה איינער מאכט בילקעלעך, איינער מאכט זיפ, איינער פלייש, איינער פארשפייז/נאכשפייז, און סע קאסט נישט פאר קיינעם קיין סאך.
אדרבה פרוביר עס אויס!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 12:36 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מיין ווייב'ס משפחה איז אויך א משפחה פון העכער 10 געשוויסטער, איך וויל אויך מזאל מאכן אזוי, סיז אבער דא צוויי וואס האבן אביסל מער געלט און זיי פארפירן מזאל מאכן א גרויסע זאך, איך ווילעס נישט צולאזן, זיי זאגן אז סיז א פאני זאך און קיינער טוט עס נישט, האבעך געטראכט כעל פרעגן דא וואס דער עולם טוט,

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 12:48 pm
דורך farshlufen
יאנקל, יעדע משפחה איז א באזונדערע מסכת.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 1:03 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
farshlufen האט געשריבן:יאנקל, יעדע משפחה איז א באזונדערע מסכת.

אויך גערעכט, איך רעד פון די משפחות וואס זענען די זעלבע מין מסכת ווי איך, זעהסטעך אז סיז דא

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:11 pm
דורך יעקב צוקערמאן
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מיין ווייב'ס משפחה איז אויך א משפחה פון העכער 10 געשוויסטער, איך וויל אויך מזאל מאכן אזוי, סיז אבער דא צוויי וואס האבן אביסל מער געלט און זיי פארפירן מזאל מאכן א גרויסע זאך, איך ווילעס נישט צולאזן, זיי זאגן אז סיז א פאני זאך און קיינער טוט עס נישט, האבעך געטראכט כעל פרעגן דא וואס דער עולם טוט,


כ'בין עכט נייגעריג, ווער פארפירט? די מענער, צי די פרויען. בעט יו עס איז די פרויען. אדער פארפרויענדיגטע מענער וועלכע האבן א פרויעדיגן קאפ.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:26 pm
דורך תג נוצער
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מיין ווייב'ס משפחה איז אויך א משפחה פון העכער 10 געשוויסטער, איך וויל אויך מזאל מאכן אזוי, סיז אבער דא צוויי וואס האבן אביסל מער געלט און זיי פארפירן מזאל מאכן א גרויסע זאך, איך ווילעס נישט צולאזן, זיי זאגן אז סיז א פאני זאך און קיינער טוט עס נישט, האבעך געטראכט כעל פרעגן דא וואס דער עולם טוט,

איך קען א משפחה וואס האט אויך א דאזען קינדער און מ'מאכט חתונה, און ס'איז דא איין עושר אין די משפחה, די איבריגע געשוויסטער איז יש ויש, און דער עושר באצאלט די שבע ברכות יעדע מאל
זיי מסביר פאר דער וואס וויל נישט זיין פאני, אז ער איז זייער פאני ווען ער צווינגט ארויף אויף א שווערן ארבעטער צו צאלן יעדע שטיק צייט נאך א הונדערטער פאר יענעם, ווייל וואס וועט יענער זאגן
אז ער וויל קען ער עס באצאלן, און דו וועסט זיין מער ווי דאנקבאר צו האבן א אוטינג פאר א פיינע סאפער מיט די משפחה.

מענין לענין, פונקט די וואך האט מיר איינער דערציילט, זיין פעטער האט חתונה געמאכט אין א צווייטע שטאט, ער האט געמוזט אהינפארן שעיקן הענדס, מארגן דארף ער ווידעראמאל פארן, ווייל די באבע מאכט שבע ברכות, און אלע אייניקלעך מוזן קומען אפילו פון אנדערע שטאט, וואס מיינט עס פאר אים? אוועקגיין פון ארבעט פרי צוויי מאל די וואך (זיין ארבעט ציט זיך ביז אין די פארנאכטס שעות) מבטל זיין 4 מאל שיעורי תורה, אלעס ווייל א פעטער מאכט חתונה. דאס איז געלט און צייט געווארפן אין גארביטש (אפגערעדט ווען מ'דארף נאך נעמען בעבי סיטערס)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:57 pm
דורך סמארט גאי
ביינונז איז איינגעפירט (הגם נישט אפיציעל ), אז איינער פון די געשוויסטער מאכט א 'לאנטש' זונטיג נאכמיטאג און ווער פון די פעטערס קען עס מאכן קומט און ווער נישט נישט, און מרוםט אפילו נישט די מחותנים,
יא, אסאך מאל מאכט מען א קליינע שבע ברכות'ל, וואס קוקט אויס ווי א גרעסערע מלוה דמלכה, אבער ממש נאר די מינימום,

מיין אפיניאן, ארויפצווינגן מענטש וואס קענען קוים דעקן דעם טאג, צו ספענדן אויף א באארינג שבע ברכות, איז א פעלאני

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 6:11 pm
דורך בני יששכר
 ''מיין אפיניאן, ארויפצווינגן מענטש וואס קענען קוים דעקן דעם טאג, צו ספענדן אויף א באארינג שבע ברכות, איז א פעלאני''
100% גערעכט אפילו עס איז פאני...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 8:46 pm
דורך יוראפ
בימים ההם אין יוראפ פלעגן די געשוויסטער נאך מאכן א שבע ברכות, היינט צוטאגס געדענק איך שוין נישט ווען כ'האב ס'לעצטע מאל געדארפט מאכן א שבע ברכות, ניטאמאל דארף איך גיין נאר ווען די ראש המשפחה מאכט א שבע ברכות [אסאך מאל כאפט מען שוין אריין 2 צו דריי אייניקלעך אויף איין מאל קע"ה] און ביי די שבת שבע ברכות גייט מען צום בענטשן

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 10:59 pm
דורך מטעמים
א שבע ברכות ביינונז קאסט בערך פופצען מאות, די פאטער גיט $750.
די פאמיליע צוטיילט זיך מיט דאס איבריגע, פאר א נויט רופט מען אפאר עלטער פעטערס און ("מען הייסט" יגד"פ) זיי צאלען א מאה אדער צוויי אזוי בלייבט נישט קיין גרויסע באלאנס פארען משפחה.

סוי חוץ די קליידער, שייטעל, שיך, בעבי סיטער און עקסעסעריס בלייבט כמעט נישט איבער קיין (געלד אין טאש) הוצאות פאר א חתונה פון א שוועסטער-קינד.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 11:41 pm
דורך verveist
יוראפ האט געשריבן:בימים ההם אין יוראפ פלעגן די געשוויסטער נאך מאכן א שבע ברכות, היינט צוטאגס געדענק איך שוין נישט ווען כ'האב ס'לעצטע מאל געדארפט מאכן א שבע ברכות, ניטאמאל דארף איך גיין נאר ווען די ראש המשפחה מאכט א שבע ברכות [אסאך מאל כאפט מען שוין אריין 2 צו דריי אייניקלעך אויף איין מאל קע"ה] און ביי די שבת שבע ברכות גייט מען צום בענטשן


בימים ההם פארצייטנס אין איירפה האט מען פאר געװענליכער חתנים נישט געמאכט טעגליכער שבע ברכותער (אויסער רבישער וכדו׳)

בייאונז אין די משפחה מאכט מען בלויז פאר די עלטסטע אדער די צוויי עלטסטע פון יעדער געשװיסטער
״עס הייסט אז אלע געשװיסטער מאכען עס״ למעשה בעט מען אפֿלו נישט קיין פרוטה אחת פון די נישט פארמעגליכע!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:21 pm
דורך פאטאקי08
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:מיין ווייב'ס משפחה איז אויך א משפחה פון העכער 10 געשוויסטער, איך וויל אויך מזאל מאכן אזוי, סיז אבער דא צוויי וואס האבן אביסל מער געלט און זיי פארפירן מזאל מאכן א גרויסע זאך, איך ווילעס נישט צולאזן, זיי זאגן אז סיז א פאני זאך און קיינער טוט עס נישט, האבעך געטראכט כעל פרעגן דא וואס דער עולם טוט,

זאג יענעם שוואגער/ברודער ער זאל עס מאכן ביי אים אינדערהיים, אדער ער/זי זאל עס אנפירן און אהערשטעלן און איר וועט שוין צוצואלן די 75/100 דאללער פאר די הוצאות... און זי זאל ווארטן אויף די געלט.... ביז די נעקסטע שבע ברכות וואס דאן וועט איר שוין פארגיין די אפעטיט... און וועט אנענעמען דיין עצה
בדוק ומנוסה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:27 pm
דורך פאטאקי08
מטעמים האט געשריבן:א שבע ברכות ביינונז קאסט בערך פופצען מאות, די פאטער גיט $750.
די פאמיליע צוטיילט זיך מיט דאס איבריגע, פאר א נויט רופט מען אפאר עלטער פעטערס און ("מען הייסט" יגד"פ) זיי צאלען א מאה אדער צוויי אזוי בלייבט נישט קיין גרויסע באלאנס פארען משפחה.

סוי חוץ די קליידער, שייטעל, שיך, בעבי סיטער און עקסעסעריס בלייבט כמעט נישט איבער קיין (געלד אין טאש) הוצאות פאר א חתונה פון א שוועסטער-קינד.

זהעט אויס איר רעד פון שבת
דאס איז אן אנדער מסכת וואס מען רעדט יעצט דא און עס איז כדאי דאס טאקע אויסצושמועסן (יעצט איז טאקע די חתונה סיזען)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 6:56 pm
דורך מטעמים
פאטאקי08 האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א שבע ברכות ביינונז קאסט בערך פופצען מאות, די פאטער גיט $750.
די פאמיליע צוטיילט זיך מיט דאס איבריגע, פאר א נויט רופט מען אפאר עלטער פעטערס און ("מען הייסט" יגד"פ) זיי צאלען א מאה אדער צוויי אזוי בלייבט נישט קיין גרויסע באלאנס פארען משפחה.

סזהעט אויס איר רעד פון שבת
דאס איז אן אנדער מסכת וואס מען רעדט יעצט דא און עס איז כדאי דאס טאקע אויסצושמועסן (יעצט איז טאקע די חתונה סיזען)

יעצט שטומט שוין יא? איך רעד פון א וואכענאכט שבע ברכות.