בלאט 1 פון 1

יעלאו/גרין קעב

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 5:47 pm
דורך purple knish
מוז מען געבן א טיפ ווען מ'צאלט מיט א קרעדיט קארד אדער איז דא א וועג ארויס?
(חילול השם איז אן עקסטערע זאך... אפשר נישט?)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 6:08 pm
דורך מיסטעריעז
די וועג ארויס איז געבן א גאנצן פעני...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 6:53 pm
דורך Iphone
You don't have to tip

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 6:56 pm
דורך מיסטעריעז
מען קען נישט באצאלן מיט א קארטל אן געבן א טיפ

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 7:15 pm
דורך ליינער
שאר קען מען באצאלען מיט א קארטעל אן א טיפ
לייגט אריין 000 און עס גייט אדוירעך געהעריג

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:01 pm
דורך בענאק
איך ניץ אסאך די יעלא קעב, און מען קען רואיג דרוקן NEXT און עס גייט דורך מיט 0 טיפ. איך טוה עס געווענליך ווען די טריפ האט געדויערט צילאנג און דער דרייווער האט געכאפט צופיל רעד לייטס
מ'דארף אבער וויסן אז זיי האבן א סקרין וואס שרייבט גלייך אויף פונקטליך וויפיל אייער טיפ איז.

איינס פון פינף דרייווערס רופן זיך אן NO TIP? שוין געהאט אפי' ONLY .25 TIP? אבער עפי"ר מאכן זיי נישט קיין עסק

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:06 pm
דורך ווישוואש
געהאט אמאל וואס א דרייווער האט מיר געזאגט
"your brothers always give me nice tip!"

פארשטייט זיך אז כ'האב געכאפט דעם רמז.. #קידוש_השם

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:25 pm
דורך מיסטעריעז
ליינער האט געשריבן:שאר קען מען באצאלען מיט א קארטעל אן א טיפ
לייגט אריין 000 און עס גייט אדוירעך געהעריג

נאר איין מאל האב איך געצאלט מיט א קארטל און מען האט געמוזט אריינלייגן א ציפער פאר א טיפ אז נישט האט מען נישט געקענט באצאלן, איינמאל איך האב געדריקט אויפן איינסער (און עס איז געווארן 0.01) האב איך געקענט ענדיגן די פעימענט. זאגט איר אז מען קען אויך שרייבן 0, ס'איז מיר נישט איינגעפאלן.
בסך הכל זענען מיר מחולק אויף א סענט, נישט געפערלאך...


בענאק, מן הסתם רעדט איר פון לאקאלע טריפס ווייל פון עירפארט (נאר די טריפס נוץ איך זיי) בין איך געקומען מיט זיי, און אז איך האב געגעבן נאר א דאללער צוויי (נישט א קוואדער...) האב איך געכאפט אזוינע קולות אז די גאנצע גאס האט דאס געקענט הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:27 pm
דורך יוראפ
און יא ווען כ'האב געדארפט האבן אמאל גאר וויכטיג א קעב [צו א לאנגע אריכות די גאנצע מעשה] האט זיך קיינער נישט געוואלט אפשטעלן, כ'האב אנגערופן איינעם היסטעריש האט ער מיר געגעבן גאנץ א גוטע עצה וויאזוי זיי צו פארנארן, האט זיך טאקע איינער אפגעשטעלט האט ער מיר עכט נישט געוואלט נעמען [גראדע לויטן געזעץ מיין איך טאר ער נישט אפזאגן טאמער יענער זיצט שוין דארט] זאג איך אים כ'וועל דיר געבן א גוטן טיפ לאכט ער פון מיר יא וואס א דאלער צוויי? נאכן זיך איינבעטן און גערעדט ווי א באבע נישט אים לאזנדיג קומען צום ווארט [איינס פון יענעמס עצות] איז עס געלונגען און פאר גרויס פרייד האב איך אים אויסגעליידיגט מיינע טאשן און ער האט געמאכט נאך א 35 טאלער [און ס'האט זיך געלוינט]

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:50 pm
דורך מאנ-יימער
וואס איז געווען די עצה זיי צו פארנארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:52 pm
דורך יוראפ
ס'גייט אריין אין פרטים מער ווייניגער אינעם מקום וואס אויף די מינוט קען איך נישט און כ'האב נישט חשק צו שרייבן אין פאבליק

אינוועסטירן געלט אין גרין/יעלו קעב'ס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 9:21 pm
דורך נא_שכל
איך הער אז לעצטענס איז דא א שטיקל ווינט צו אינוועסטירן געלט אין טעקסי'ס דער עולם קויפ אפ מעדאלאינ'ס פאר גרינע טעקיס'ס ס'איז סאך ביליגער ווי די געלע, און ס'צאלט זיך אויס נאך צוויי/דריי יאר בערך דורך די רענט וואס מען בעט דערפאר.
האט איינער מער אינפא?
לוינט זיך עס, ובפרט יעצט ווען אובער קומט אריין זייער שטארק?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 9:59 am
דורך purple knish
מיסטעריעז האט געשריבן:בסך הכל זענען מיר מחולק אויף א סענט, נישט געפערלאך...


א פעני סעיווד איז א פעני ערנד...

ס'האט מיר פשוט פארדראסן, וואס עפעס א טיפ? סתם ווייל די האסט א טורבאן און איך נישט??

לאמיתת הדבר, טענה'ן די עלטערע אידן (ליין מיין טאטע) אז מ'ברויך יא געבן א טיפ. הן ווייל עס איז א חלק פון זיין באצאלט און הן אלס קידוש השם. (דעטס וויי ווי אר היער)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 03, 2015 11:31 am
דורך קאווע באנדל
דארפן דארף מען נישט געבן