גמ"ח - העלפט לייענען דעם בריוו
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 8:50 pm
איך האב באקומען אין אישי א בקשה. באמת וואלט איך דאס געדארפט לייגן אין דעם אפטיילונג פון "מפעל הוצאת ספרים" ווייל דארטן דרייען זיך די מומחים אויף כתבי יד וכו', דאס איז מסתם געווען די כוונה פון דער וואס האט מיר געשיקט די בקשה. אבער צוליב דער דרינגענדער נאטור פון די בקשה האב איך עס געלייגט דא, און כל הקודם במצוה זכה.
אלזא, עס האנדלט זיך איבער א געוויסער מעדיצינישער פאטענט וואס האט א שאלה פון הלכות שבת. הרב וואזנער זצ"ל האט צוגעשריבן אפאר ווערטער צו א פסק פון אנדערע רבנים. מיר ווילן דאס מפענח זיין. דא האט איר דעם בריוו :
איך דארף א פיענוח פון עטליכע שורות וואס הגר"ש וואזנער זצ"ל האט צוגעשריבן איבער א שאלה אין הלכות שבת.
איך וויל זען וואס ער שרייבט און דאס אויך צייגן מיין דיין שליט"א.
אויב ווילסטו קענסטו ארויסלייגן דעם בירור ברבים אן דערמאנען מיין נאמען ביטע.
דאס וועט זיין א מצוה רבה צו העלפן מיין זון שיחי' וואס מוטשעט זיך.
דא איז דער לינק - די כתב יד איז אויף עמוד 3