בלאט 1 פון 1
הילף אנצישטעלן א קעמרא
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 6:49 pm
דורך יהיה כן
איך באנוץ זיך לעצטנס מיט א קאמערא צו פאטאגראפירן טעקסט, איז אזוי מיין פראבלעם:
ווען עס שטויס זיך אן אין א עמוד פון א ספר וואס איז דא טעקסט נאר אויבן און אונטן, אבער אינמיטן איז ליידיג ווייס אן קיין טעקסט (ווי למשל א עמוד שוטנשטיין גמרא, ווי דער פירוש פון אויבן און די הערות פון אונטן, פארנעמען נאר א קליינער טייל פון עמוד, און דאס איבריגע איז ליידיג), דאן וועט די קאמערא נישט אויפכאפן קלאר די טעקסט, עס וועט זיין בלארי
לויט ווי יאך פארשטיי, דארף מען עפעס אנשטעלן ווי אזוי די קעמערא זאל פאקוסן, ווייסעך נישט ווען וואו וואס?
קען מיר איינער העלפן מיט דעם פראבלעם
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 8:53 pm
דורך purple knish
סהאט צו טון מיט די פאקוס + ווייט בעלענס + מעקרא.
ווארט.. די פראפעשענעלס קומען שוין. ווי העוו קנאפי & מומחה לייוו
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 8:56 pm
דורך קנאפער ידען
purple knish האט געשריבן:סהאט צו טון מיט די פאקוס + ווייט בעלענס + מעקרא.
ווארט.. די פראפעשענעלס קומען שוין. ווי העוו קנאפי & מומחה לייוו
ביז פאטאגראפי... וועט מען ווארטן פאר די מומחים...
אבער מיענטיים, ווען דו גיבט א דריק מיט די פינגער איבער די טעקסט פארן כאפן א בילד (איך רעד אז עס איז א טאטש-סקרין) ווערט נישט דער פאקוס גוט אויף די טעקסט?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 9:42 pm
דורך יהיה כן
קנאפער ידען האט געשריבן:purple knish האט געשריבן:סהאט צו טון מיט די פאקוס + ווייט בעלענס + מעקרא.
ווארט.. די פראפעשענעלס קומען שוין. ווי העוו קנאפי & מומחה לייוו
ביז פאטאגראפי... וועט מען ווארטן פאר די מומחים...
אבער מיענטיים, ווען דו גיבט א דריק מיט די פינגער איבער די טעקסט פארן כאפן א בילד (איך רעד אז עס איז א טאטש-סקרין) ווערט נישט דער פאקוס גוט אויף די טעקסט?
ניין, כ'נוץ א פשוטע 'פארצייטישע' קעמרא canon powershot sx100
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 9:49 pm
דורך קנאפער ידען
ווען דו דריקסט דער שאטטער קנעפל האלבוועגס פאר א סעקונדע באקומט ער נישט דער גוטער פאוקוס? (דאס דארף זיין מאכן AF [אוטא-פאוקוס]).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:55 am
דורך יהיה כן
קנאפער ידען האט געשריבן:ווען דו דריקסט דער שאטטער קנעפל האלבוועגס פאר א סעקונדע באקומט ער נישט דער גוטער פאוקוס? (דאס דארף זיין מאכן AF [אוטא-פאוקוס]).
איך נוץ אזא כמו-טרייפאד, און איך שאאט די פיקטשערס מיט א היימיש געמאכטע באטאן, נוצנדיג די
CHDK פראגרעם, כ'וועל א קוק טוהן ווי אזוי מען נוצט מיט דעם די מעגליכקייט פון half shutter
קודם כל ווייסעך שוין יעצט וואס מיינט AF....
היות איך נוץ די קעמעראס אלס א בוק- סקעננער, נוץ איך דעם באטאן צו שאאטן פיקטשערס גאר שנעל, איינס נאכן צווייטן, זעהט אויס אז איך לאז נישט צופיל צייט פאר די קאמערע זאל זיך געהעריג זעצן די אוטו-פאקוס
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:57 am
דורך צים פינטעל
נאך א מעגליכקייט איז אז די ביסט צו נאנט צום דף