בלאט 1 פון 1
הילף פארן ווערן אויסגעשלאגן רויט נאכן טרינקען וויין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:41 pm
דורך שואל כענין
א גיטן
ווייסט אפשר איינער פון וואס געשענט אז נאכן טרינקען אפילו אביסל וויין ווערט מען אויס געשלאגען רויט? אדער עפעס אן עצה עס זאל מער נישט געשען?
ישר כח למפרע
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 12:39 am
דורך נא_שכל
שואל כענין האט געשריבן:א גיטן
ווייסט אפשר איינער פון וואס געשענט אז נאכן טרינקען אפילו אביסל וויין ווערט מען אויס געשלאגען רויט? אדער עפעס אן עצה עס זאל מער נישט געשען?
ישר כח למפרע
איז עס פון "קריעם מאלאגא" אדער פון אנדערע צוקערדיגע וויינען?
אדער ספאסירט אויך ביי געהעריגע רויטע טריקענע וויין אן צוקער?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 12:53 am
דורך שמאטע
קען זיך מאכן ביי וויינען אן צוקער אויך. ס'איז א אינערליכע ריעקשאן פון די באדי צוליב וואס די צוקער אין די באדי איז אויף א הויכע לעוועל און די וויין שפילט.
(עפעס אזוי...)
איך ווייס נישט אויב ס'איז א לעבענס פראגע... כמעט זיכער אז נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 8:30 am
דורך מזל מידיע
בס"ד
עס קען אפשר אויך זיין אן אלערגישע ריעקשאן צו "סולפייטס" אין די וויין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 9:06 am
דורך נא_שכל
אין האב געפרעגט פריער "קריעם מאלאגא" ווייל צוויי מענטשן פון מיין הויז געזונד האבן שוין באקומען א ריעקשאן דערפון, בעיקר אויף די באקען, ס'האט אנגהויבן ברענען און ס'געווארן שטארק רויט, אזיל חיורא ואתי סומקא. משא"כ ביי אנדערע וויינען אפילו געוויס זיס האט מען נישט געהאט דעם ריעקשאן.
ממילא לכאורה האט עס נישט מיט סאלפייטס און אויך נישט מיט אלקהאל. אפשר מיט דעם געמיש פון גאר אסאך צוקער און אלקהאל. #שפעקולאציעס
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 9:10 am
דורך שואל כענין
נא_שכל האט געשריבן:
איז עס פון "קריעם מאלאגא" אדער פון אנדערע צוקערדיגע וויינען?
אדער ספאסירט אויך ביי געהעריגע רויטע טריקענע וויין אן צוקער?
עס געשענט נאר ביי רויטע וויין נישט ווייסע, אבער איך ווייס נישט צו עס האט צוקער אדער נישט
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 9:26 am
דורך נא_שכל
אויב שטייט דערויף cream... האט עס אסאך צוקער, זייער אסאך.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 9:49 am
דורך שואל כענין
נא_שכל האט געשריבן:אויב שטייט דערויף cream... האט עס אסאך צוקער, זייער אסאך.
יא א cream וויין אבער עס איז שוין געשען ביי נישט cream אויכעט
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 10:04 am
דורך נא_שכל
שואל כענין האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:אויב שטייט דערויף cream... האט עס אסאך צוקער, זייער אסאך.
יא א cream וויין אבער עס איז שוין געשען ביי נישט cream אויכעט
ס'דא גענוג און נאך אנדערע וויינען וואס האב אסאך צוקער אפילו ס'שטייט נישט דערויף "קריעם", פרובירט וויין וואס האט גענצליך נישט קיין צוקער, אויב איר קענט נישט, קענט איר פרובירן די "סעמי דריי" וואס האבן נישט קיין צולייגטע צוקער, אבער מען פילט א זיסקייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 10:12 am
דורך שוועמל
ווייסע וויין נישט נאר ביי רויטע.
און ביי גרעיפ זשוס איז אויך דא אזא ריעקשאן?
און ברוינפן? ביר?
טרייאינג טו אייסאלעיט די פראבלעם
אין ענגליש הייסט עס alcohol Flush Reaction
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 4:24 pm
דורך שואל כענין
עס געשענט ביי רויטע וויין און נישט ווייסע און נישט ביי גרעפ זשוס און נישט ביי ביר און נישט ברוינפן
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 4:39 pm
דורך יינן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 8:03 pm
דורך שואל כענין
איז למעשה דא עפעס אן עצה צו טאן אז עס זאל מער נישט פאסירן?