שטארק זיך האט געשריבן:אנעים, דאנקע פאר די רעאקציע, איך בעפארצוג ציפעס צו פראסקעס....
1. אוודאי גיבסטו גערעכט... איךהאב נישט אנדערשט געקלערט.
מ'קען זיך דורכקומען וועגען דיין עונש...
1. למען ידע דור האחרון אז צו-מאל האלטען מיר אייניג.
2. איך מיין בכלל נישט דאס ״זיין אריינגעטוהן״ אין די פאליטיק וכדומה. איך רעד פון דעם וואס איר זענט שטאלץ מיטן ענגלישן קולטור,מיטן אקצענט, עס איז ביי אייך א גאנצע דערהער, ״ביי אונז ענגלישע״... אבער איך פארשטיי עס איז א דקות.].
דאס איז אפשר א געפיהל פון אן אמעריקאנער, ווען ער רעדט מיטען ענגלישען. פאר זיך האבען מיר נישט קיין שטאלץ צו זיין ענגלישע (דהיינו עס איז נישט תופס מקום), און אדרבה, דער אמעריקאנער האט געווענליך פיהל מער שייכות און קירוב לבבות מיטען גוי ווי דער ענגלישע. סיי ביי פאליטיק איז אזוי, סיי ביי ספארטס און אפילו לגבי וועלען זיין באפריינדעט מיט די פאליציי וכדומה, איז דאס פיהל מער איינגעריסען אין אמעריקא.
3. ביסטו דאך אויף מיין זייט... לגבי די היגיעניע חלק איז נישט פאר א פובליק דיסקוסיע, איך גלייב עס וועט מיר נישט שווער זיין דיר צו איבערצייגן.
גאנץ מעגליך דו ביזט גערעכט.
4. איך וואלט ערווארטעט דו זאלסט מער מאריך זיין איבער די ״דעפרעסיע״ די ״העדא-מאטיוואציע״ די מענטשן קוקן אויס ווי זיי זענען אויפגעשטאנען ווייל אין בעט האבן זיי מאיזה סיבה, נישט געקענט פארבלייבן... נישט ווייל עס איז פארהאן עפעס וואס דארף געטוהן ווערען.
איך האב מורא אז דו ביזט געוועהן אביסעל צו געאיילט צו קאלעכען אלע ענגלישע יודען מיט איין בארשט. געוויס זענען דא אזוינע ווי דו שרייבסט, און דאס בין איך מודה צו דיר אז דער לעבען איז נישט אין אזא געיעג ווי אין אמעריקא (וואס י"א דאס איז א מעלה), אבער פערזענליך זעה איך נישט דעם דערפעסיע פון וואס דו רעדסט. קאן זיין ווייל איך בין א חלק דעפון...
איבער די סיבות, עס מאכט שכל וואס דו זאגסט טעארעטיש, און דאס צוקראצן דזשעקי׳ס קאר ברענגט ארויס דעם מענטאליטעט עד להפליא.
כהערה: דו ברענגסט ארויס פונקטן לגבי מאכן א שמחה, כדוגמה. און עס קוקט מיר אויס ווי די גבולים צווישן ׳אויסברענגעריי׳ און ׳שפלות״ ווערען אביסל מטושטש. בעת איך וועל דיר מודה זיין אז אין אויסברענגעריי זענען די אמעריקאנער ארגער/ברייטער (אייער טשויס) איז אבער לגבי שפלות?... אוודאי טאמער ער שפענדט נישט קיין געלט פאלן ארויס געוויסע הולטייאישע תאווה׳לעך ביי א שמחה. אבער ביסוד איז אמעריקאנער גראביאן א פזרן בעת זיין לאנדאנע קאלעגע, א קארגער דבר אחר.
דאס ליגען אין תאוות קוקט אן איידעלע יוד אהן אלס שפלות. איך מיין נישט שפלות מצד האיסור, נאר דאס עצם זיין אזוי אריינגעטוהן אין עוה"ז איז דאהי זייער אראפגעקוקט. (הגם ווי ערווענט זענען שוין היינט די גבולות נישט אזוי שארף ווי אמאל, ווייל דער צושטראם פון אמעריקאנע יונגעלייט אין צוגאב צום פארקלענערונג פונעם וועלט דורכען אינטערנעט האט היבש גורם געוועהן בא ובלבל את הכל.)
דין צושטעל פון די ענגלישע holier than thou
מענטעליטעט, איז אומריכטיג. ווייל בעת די ערשטע איז self righteousness איז די צווייטע א באגריף פון fanaticism.
לגבי די אויסקוק פון די שטאט, הולטיי פלעצער וכדומה, וואלט איך געזאגט אז עס איז וומסב״ג לעומת ב״פ, און סטעמפארד היל לעומת גאלדערס גרין. און קודאס פארן דערמאנען לשבח דעם ראבינאט #אומערווארטעט.
פארט איז אינטרעסאנט אז גאר א גרויסע חלק פון די אויבערדערמאנטע בלוט-צאפער געהערען צו א געוויסע פראקציע אין א געוויסע חסידות...
דער חורבן איז אז מחמת כמה סבות האבען יענע יודען היבש א השפעה אויפען ראבינאט, וועלכע זיי נוצען אויס פאר זייערע פ'יהל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות, און דאס געבט דעם איינדרוק ווי גלייך אלע לונדונער זענען אזעלכע שלעכטע מענטשען. באמת איז דאס וואס איך האב געשריבען וועגען דעם ראבינאט אן אליה וקוץ בה, ווייל איה"נ דער שטאט איז אין אלגעמיין מער אפגעהיטען ווי אן אמעריקאנער שטאט, קומט דאס אויפען חשבון פון פיהל בלוט-צאפעריי. (וי"ל פארקערט, אז די אלע בלוט-צאפעריי ברענגט כאטש א טובה'לע אינדערזייט אז דער שטאט איז פאקטיש מער אפגעהיטען.)
5. עס איז נישט די כמות פון אינוואלוומענט אין יענעמס לעבן, עס איז די איכות.
כלפי חינוך
You might still be right
קען זיין. איך מיין מען מוז לעבען פאר א צייט (לכה"פ עטליכע יאר אלס בחור) אין א שטאט צו קענען דערטאפען גענוי ווי ווייט גייט דער כמות ואיכות פון קאכלעפעלריי.
---
@לכתחילה,
איך האב גערעדט פון יודישקייט און דו פרעגסט מיך אפ פון גוי'שקייט\אפגעפארענקייט.
דאס איז ריכטיג אז נאכען ערשטע קריג האבען זיך די 'מיסטען' (ציוניסטען, קאמיוניסטען, בונדיסטען א.א.וו.) זיך שטארק אריינגעכאפט ביים יוגענט אין פוילין און גאר אסאך זענען אדאנק דעם אפגעפארען, ווידעראום אונגארען איז געוועהן אסאך מער בעהיט אין דעם געביט צוליב דעם טיילונג. איך רעד אבער פונעם ערליכע יודישקייט אין פוילין ווס. דער ערליכע יודישקייט אין אונגארען (ליתר שאת לא'מער רעדען פון די יארען בעפארען ערשטע קריג), ווי אינעם ערשטע זענען די יודען געוועהן פיהל איידעלער און מער געלעגען אין רוחניות.
---
@כתר ישועה
איך האב נישט גענוג ידיעה לגבי מאנטשעסטער צו קענען שרייבען דערוועגען. באופן כללי קען איך זאגען אז עס איז א קליין שטעטעל און דער גאנצע אויסקוק דארט איז א קליין שטעטעלדיגע. דאס איז שווער צו ספעציפיצירען ווארום דער קליין שטעטעלדיגקייט זעהט זיך ניטש אהןם אין איין געוויסע זאך, אבער אלס דוגמא קען מען אנצייגען קרית יואל ווס. וויליאמסבורג.