פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 8:02 am
וויפיל פינגער ליגן אין די הערינג אין ניו יארק? חמיין די ניו יארקער פארמעסטן זיך גאנץ פיין מיט די יורעפעיער ווען סקומט צו פרעס
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
שאינו יודע האט געשריבן:שטארק זיך
באלד קומט אנעים איך בין דיר נישט מקנא
"עס הערשט דארט א מאסיווע אומפארגינישקייט, או היבש ביסל פארביסנקייט, געווענליך מיט א פרומקייט/מידת האמת שלייער."
חסדי אבות האט געשריבן:א רגע נאר:
סא, איר זאגט אז די אלע פראגראמען וואס מען מאכט אין אמעריקע, און אין ארץ-ישראל (אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי אין אמעריקע), איז סתם אומזינסט, ארויסגעווארפן, מען פייניגט די קינדער פאר גארנישט און עס ברענגט זיי נישט קיין שום תועלת.
איז דאס וואס איר זאגט?
פעטרעזאן האט געשריבן:חסדי אבות האט געשריבן:א רגע נאר:
סא, איר זאגט אז די אלע פראגראמען וואס מען מאכט אין אמעריקע, און אין ארץ-ישראל (אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי אין אמעריקע), איז סתם אומזינסט, ארויסגעווארפן, מען פייניגט די קינדער פאר גארנישט און עס ברענגט זיי נישט קיין שום תועלת.
איז דאס וואס איר זאגט?
די האסט מיך נישט געפרעגט אבער איך וועל ענטפערן
עס איז נישט ארויסגעווארפן ווייל אין אמעריקע (ארץ ישראל ווייס איך נישט) וואלטן די קינדער גארנישט געקענט ווען נישט די אלע פראגראמען, מען לעבט דאך נאר פאר יענעם, מען כאפט אליין נישט ווי ווייט, אז מען זעהט בכלל נישט קיין תועלת פון טוען סיי וואס נישט פאר יענעם, אויב די האסט געקענט עלטערע אידן פון דערהיים האסטו אפשר באמערקט וואס מיינט טוען זאכן נאר אז איך און דער אייבערשטער זאל וויסן, להוי ידיעה אין יוראפ היינט איז ענדרשער צו טרעפען אזא מציאות ווי אין אמעריקע.
פעטרעזאן האט געשריבן:איך בון אויך אן אמעריקאנער איך רעדט נישט אין די ליפט אריין, יעדער אמעריקאנער וואס האט געלערנט אין לאנדאן וועט דיר ארויס ברענגן שטריכן פון די לאנדענע, מייסטנס מיט שעצינג.
שטארק זיך האט געשריבן:איך קען אביסל לאנדאן, און אט איז מיין מיינונג.
1. כלפי לימודים, גלייב איז די אלע פראגראמן פון די קינדער האבן קיין סך אמת׳דיגע פנימיות נישט צוגעגעבן. און טאקע אין די באגריפן פון לומדי תורה, שטייען די ענגלענדער נישט שוואכער ווי די אמעריקאנער.
2. עס איז פאראן א געוויסע ״ענגלישע שטאלץ״ וואס די ענגלענדער קוקן זיך אן ווי זיי געהערן און זענען א חלק פון זייער לאנד מער ווי אין אמעריקע. (מעגליך אנדערע מערקן אנדערש)
3. אין לאנדאן איז פאראן א מצב פון בליעל, דער עולם לעבט א פוילע לעבן, מען האט ניט די נארמאלע געהעריגע לעבנסגייסט אמביציע. (כרעד נישט דוקא כלפי אמעריקא, אפילו כלפי ארץ ישראל וכדומה) איך קוק עס אן ווי אן איינגעבוירענע דעפרעססיע (נישט אויף א טרויעריגע אופן, מער א מטלאזיגקייט) עס זעהט זיך אן אין העגיענישע נקודות אויך, און גרויסן טייל ביים עזרת נשים.
4. עס הערשט דארט א מאסיווע אומפארגינישקייט, או היבש ביסל פארביסנקייט, געווענליך מיט א פרומקייט/מידת האמת שלייער. (איידער איר פרעגט מיר אפ, פרעגט אייך אביסל נאך), מען וועט ליבערשט שטיצן דעם גוי ווי דעם איד! (פאר די פרייז, פרייז קען איך דאך שוין גיין צום גוי).
5. דער גאנצער אייראפעער מענטאליטעט, איז עפעס וואס נישט מיט יעדן שטימט עס. איך ווייס נישט וויפיל מען איז באקאנט דערמיט, אבער דער טשולענט-טאפ אין די מקומות (לאנדאן-אנטווערפן) איז אביסל ווייניגער ארעסיוו ווי דאהי, אבער אויף א פאסיוון אופן איז עס פיל ארגער אין טיפער ווי דאהי. מען איז אויסגעקאכט דערין. ודוק כי קצרתי.
די אלע וואס לעבן אין די ״יענעמס גרינע גראז״ טרוים, זאלן מיר ביטע מוחל זיין פארן זיי ערוועקן.
שטארק זיך האט געשריבן:נו, פאר דעם טייל מיר זיך דאך איין... איך שרייב איין זייט און דו דאס צווייטע.
בכל אופן, איז דא דארט פילע מעלות, ווי אנדערע שרייבן שוין. לכשעצמי געפעלט מיר זייער די מאנטשעסטער מענטאליטעט.
שטארק זיך האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? איך בין א קול קורא במדבר?
אנטשולדיגט ר׳ אנעים, מאכט אייך וויסנדיג!
אנעים זמירות האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:וואס גייט דא פאר? איך בין א קול קורא במדבר?
אנטשולדיגט ר׳ אנעים, מאכט אייך וויסנדיג!
איך בין צו פויל...
גאר אסאך ארבעט - בל"נ נאך פאר שב"ק.
אנעים זמירות האט געשריבן:...........
דער ענגלישע יוד וועט לעבען מיט פיהל מער צמצום און באשיידענקייט, אבער ווידעראום פאר יענעם וועט ער אויך נישט פארגינען קיין לוקסוס. דער אמעריקאנער יוד וועט גיכער פארגינען פאר אן אנדערען אבער זיין גאנצע הלוך ילך איז א פארשווענדערישע און לוקסעריזע.
לגבי יודישקייט איז ביי מיר קלאר אז דער ערשטע מהלך - מיטען חסרון וואס עס ברענגט - איז פיהל בילכער, ווייל דאס ליגען אין גשמיות טוט אוטאמאטיש מגשם זיין דער מענטש. טאמער קוקט מען צוריק צום אלטען היים זענען די גאליציאנע יודען אין אלגעמיין געוועהן איידעלער און פון בעסערע קוואליטעט ווי די אונגארישע, און טאקע ווייל אין פוילין איז געוועהן די דלות אזוי גרויס און דאגעגען אין אונגארען האט מען געלעבט ברייט.
...........
ווישוואש האט געשריבן:נאך א חילוק צווישן דער אמעריקאנער אונעם ענגלישן איז, דער אמעריקאנער זוכט אלס וואו ער קען 'מאכן' א דאללער, בעת דער ענגלישער זוכט אלס וואו ער קען 'שפארן' א דאללער.. (פונט..).
(האט נישט עכט א שייכות מיט'ן נושא האשכול, אבער ס'איז נאך א פועל יוצא פון די נישט ארבעטן עטיטוד, און לעבן באקוועם אויפ'ן שטאט)
בנוגע מאנטשעסטער, האט מיר א לאנדאנער איינוואוינער עס מגדיר געווען, "צו פארן פון לאנדאן אויף מאנטשעסטער, איז ווי צוריק פארן אין צייט מיט זיבעציג יאר".