זיך ציען קיין ענגלאנד! - גוט פאר די קינדער?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

הייתי בלונדון לפני כמה חדשים, סקוקט אויס ממש ווי וויליאמסבורג 20 יאר צוריק!
און מאנטשעסטער קוקט אויס ווי די ווידיאו פונעם חפץ חיים און קאלירט!!!! א מחיה און א נחת צו פארברענגען און א לעבעדיגע מוזיעם
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

moishy56 האט געשריבן:
גרינע בוים האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:בנוגע מאנטשעסטער, האט מיר א לאנדאנער איינוואוינער עס מגדיר געווען, "צו פארן פון לאנדאן אויף מאנטשעסטער, איז ווי צוריק פארן אין צייט מיט זיבעציג יאר".

נישט לגבי אידישקייט בפרט ביי די עזרת נשים ה"י....... אסור לקטרג אבער א קליינע אנעקדאט וואס א חבר מיינער וואס ה' הצעד צעדיו אין מאנטשעסטער, ער איז אריין אין א היימישע אינטערנעט שאפ פילטערד פארשטייט זיך.... וואו ס'איז מיוחד פאר מענער און א שטוב דערנעבן וואס איז געמאכט פאר פריוואטע אינטערנעט באנוץ עפענט ער די טיר און ער זעהט מיידלעך זיצען און זינגען בשעת'ן זיך מאכן די האר זייער אומאיידעל דורך "פארהייראטע נשים מיט אייגענע אפען ה"י" און ווען ער האט עס פארציילט פארן רביצין זיינע "א סאטמארע תלמידה..." האט זי פארשטאנען אז ס'איז נישט ריכטיג אבער מה כל הרעש איז איר נישט אריין אין מוח.... ודי

אויב איינעם איז די תגובה נישט ניחא ביטע איינמעלדן באישי ואתקן בל"נ


מאנשעסטער האט גאר גאר אסאך ליטווישע, ממילא גלייב איך די מעשה..

אבער די חסידישע עולם, איז געהעריג חסידיש.

בתגובתי האבעך פרובירט ארויסציברענגען צווי ענינים והאחד ביותר, איינס די שוואכקייט פון מאנטשעסטער בכמה אנפין בפרט כלפי לונדון, און צווייטענס, והוא העיקר, אז א "סאטמארע" תלמידה האט נישט משיג געווען מה כל הרעש אז ס'זיצען נשים אויף אזא אופן במקום שאנשים מצוין שם א זאך וואס וואלט בדרך הטבע נישט פאסירט אין סטעמפארד הילל און אויב ח"ו יא וואלט עס נישט פאריבער בשתיקה
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

איך זיך א מיינונג פון איינעם בנוגע זיך ציען קיין לאנדאן, נישט אויף די חלק פון משנה מקום זיין, נאר בנוגע לאנדאן ספעציפיש פאר בחורים און קינדער.
וכל הרוצה להעיר יבוא ויעיר
איז דא א חילוק היינט און אפאר יאר צוריק?
און קנווי אייסלענד?
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
אוועטאר
נישט שלאפן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט שלאפן »

בקיצור נמרץ;

בחורים און קינדער איז ב''ה דא שיינע מוסדות, זאל מען זיי נאך און נעמען ווייל די מאנגל און פאלץ איז געפערליך..

אין די לעצטע פאר יאר האט לונדון ב''ה געבליהט אויף א גרויסן פארנעם נישט צום דערקענען, ס'איז פון אלעריי סארטן אמעריקאנער אנטווערפענע'ר ארץ ישראל וכו' וכו'.

ווי באקאנט זענען די לונדון'נער זייער פארמאכטע און אייז קאלטע מענטשן, נעם און חשבון אז ס'וועט דיך נעמען א גוטע פאר יאר צו זיך איינקלעמען דארט...

קענויי איילענד? ס'וואוינט שוין דארט ארום 30 משפחות בלע''ה אבער וועט קיינמאל נישט זיין גרעסער ווי 200 משפחות.. אויב ווילסטו גיין צו א דארף טראכט אויף דעם.

הצלחה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נישט שלאפן האט געשריבן:בקיצור נמרץ;

בחורים און קינדער איז ב''ה דא שיינע מוסדות, זאל מען זיי נאך און נעמען ווייל די מאנגל און פאלץ איז געפערליך..

אין די לעצטע פאר יאר האט לונדון ב''ה געבליהט אויף א גרויסן פארנעם נישט צום דערקענען, ס'איז פון אלעריי סארטן אמעריקאנער אנטווערפענע'ר ארץ ישראל וכו' וכו'.

ווי באקאנט זענען די לונדון'נער זייער פארמאכטע און אייז קאלטע מענטשן, נעם און חשבון אז ס'וועט דיך נעמען א גוטע פאר יאר צו זיך איינקלעמען דארט...

קענויי איילענד? ס'וואוינט שוין דארט ארום 30 משפחות בלע''ה אבער וועט קיינמאל נישט זיין גרעסער ווי 200 משפחות.. אויב ווילסטו גיין צו א דארף טראכט אויף דעם.

הצלחה.

In London is very hard to rent a house or apartment
for a family with more then 4 children
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז היינט אבער איך דענק בערך 20 יאר צירוק די פעיר פרעשער וואס איז דא אין אמעריקע צווישען קינדער (איך רעדט בעיקר פון קליינע בחורים און ארויף) וואס נעמט אוועק אלעס וואס א קינד דארפן האבן צו קענען שטייגן איז נישט דא אין לאנדאן, איך גלייב אז זיי האבן זיך זייערע פאבלעמען אבער אין דעם איז דא א אויסטערלישע חילוק.
אדרבה לאמיר הערן פון לאנדאנע אמעריקאנע אדער פארקערט וואס זיי האבן צו זאגן אויף דעם.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

יעצט באמערקט דעם אשכול (אדאנק אייך ר' מושי..)
איך גיי נישט אריין רעדן אין די שאלה, ווייל כנראה איז עס שוין לאנג נישט נוגע, ויה"ר אז די פותח זאל האבן געטראפן א גוטע יושב ווי אימער ער האט נאר מחליט געווען צו וואוינען.

אבער די עצם הנחה איז מיך געווען אינטערסאנט, ווייל איך האב שוין געהערט פון היפש אפאר מחנכות -סיי פון אמעריקא און סיי פון לאנדאן - וואס זאגען אז די לעוועל פון די לאנדאנער שולעס זענען אסאך אסאך העכער ווי די אמעריקאנער. ממש לעצטענס איז געווען אן אינטערוויו אין איינע פון די מאגאזינען מיט א מנהלת פון מאנסי וואס פלעגט פירען א שולע אין לאנדאן וואס זאגט אויך די זעלבע זאך. בנוגע די אינגעלעך האב איך נישט געהערט, אבער דעס איז ביי מיר א דבר פשוט אז די לימודי חול זענען אין אלע מוסדות אקראס דע בארד - איש על דגלו ומנהגו - אויף א העכערע לעוועל אין לאנדאן ווי אין אמעריקא. ממילא צו זאגן א די לאנדאנער קינדער זענען שוואכערע לערנערס ווי די אמעריקאנע, און אז די לעוועל פון לערנען אין לאנדאן איז שוואכער, איז א דבר שצריך ביאור אחריו. איך האב געלערנט אין אפאר אינטערנאציאנאלע ישיבות, און די לאנדאנע בחורים זענען אייביג געווען די בעסטע אין די כיתה.

דעס איז לכאורה אמת אז די אמעריקאנע לערנען מיט מער זאפט - פונקט ווי יעדער זאך וואס זיי טוהן - און די לאנדאנער זענען מער פארשלאפן, אבער דעס איז אמת בנוגע ארץ ישראל אויך, (אז די אמעריקאנע לערנען מיט מער זאפט ווי די א"י'דיגע - א זאך וואס איך האב געהערט פון אסאך מחנכים אין א"י) אין מיט דעם אלעמען גייט קיינער נישט זאגן אז די אמעריקאנע חינוך איך בעסער ווי די א"י'דיגע.

אדרבה, אויב איינער האט עפעס באווייז דערויף זאל ער אריין קומען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

ר' יענקי האט געשריבן:הייתי בלונדון לפני כמה חדשים, סקוקט אויס ממש ווי וויליאמסבורג 20 יאר צוריק!
און מאנטשעסטער קוקט אויס ווי די ווידיאו פונעם חפץ חיים און קאלירט!!!! א מחיה און א נחת צו פארברענגען און א לעבעדיגע מוזיעם

:lol: :lol: :lol:
קרוב לאמת.

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”