בלאט 1 פון 1
מסדר זיין די חודשליכע הוצאות והכנסות
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 11:06 am
דורך דל גאה
א גוטן טייערע חברים , א שרייבער בין איך נישט באט איך האף אז מוועט פארשטיין אזוי וואו איך שרייב , אין מיר קענעהן העלפן , ויהיו לרצון אמרי פי ...
איך בין בערך א דריי פיר יאר נאך די חתונה אין פארשטייט זיך מען מאכט געלט , אין וויאזו פלעגט די רבי זאגן מען מאכט געלט צו קענען עסן אין מען עסט צו קענען מאכן געלט ... איז אט דאס איז מיין פראבלעים
וועט איר דאך אוודאי געוויס פרעגן וואס איז דער פראבלעים וועל איך אייך זאגן, אזוי וואו אויפגעוואקסן בין איך אין די סיסטעם דורך געגאנגען די בחורישע יארן .. און פלוצלונג חתונה געהאט .. האמיר אנגעהויבן צו צאלן בילס אין סווייב האט אריין געברענגט דאס ביסל געלט ... אזוווי פריער ערווענט בין איך געווען אין סיסטעים אין טאקע דערפאר בין איך פלוצלונג געווארן א אייגענע book keeper אן קיין שום מושג וויאזו צו האנדלן מיט געלט איז זייט די חתונה מוטשע איך מיך ארום וויאזו צו האלטן קאפ אויף מיינע הוצאות און הכנסות איך ווייס נישט וויפיל עס קומט אריין אין ארויס סמיר זייער שווער צו האלטן קאפ אויף דעים , איז דא איינער וואס קען מיר העלפן מיט דעים?? , איז דא עפעס א גוטע פראגרעם פארדעים ??
תודה מראש
נ.ב. אויב שוין דא אן אשכול אויף דעים ביטע צוצייכענן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 11:15 am
דורך בך בטחו
quicken is a very good program to manage private finance
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 1:16 pm
דורך קאר אינשורענס
https://www.everydollar.com/this is a budgeting tool by Dave Ramsey
its free and there is mobile apps for it as well
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 1:22 pm
דורך מי הוא זה
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 1:39 pm
דורך טאטלע
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:12 pm
דורך דל גאה
א גרויסן שכוח פאר ענקער הילף , עמיר יעצט פרובירן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 11:40 am
דורך פעטרעזאן
איז נישט דא עפעס א אידישע פראגראם פאר דעם, אפילו צוצאלן אביסל געלדט
געזעהן דא א אנליין מעשור פראגראם אבער עס טוט דאך נישט די גאנצע דשאב
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 11:42 am
דורך פעטרעזאן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 12:27 pm
דורך יואל שווארטץ
קרן עזר האט אן עקסעל-שיט וואס העלפט מיטן בודשעט. עס רעכנט אויך אריין די אידישע הוצאות.
דאונלאוד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:35 pm
דורך בריה
קען איינער ארויפלייגן די עקסעל שיט גראד אן א לינק, שכח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:40 pm
דורך קנאפער ידען
בריה האט געשריבן:קען איינער ארויפלייגן די עקסעל שיט גראד אן א לינק, שכח
מען קען נישט אטאשירן דא עקסעל, אויב ווילסטו שיק מיר אן אימעיל וועלעך דיר עס אריינשיקן דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:44 pm
דורך דל גאה
איז דא עפעס א פראקטישע עצה אן די אלע פראגרעמס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:47 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב פרובירט דעם עקסעל שיט, אבער עס גיבט מיר נישט די רעזאלטאטן אין דעם דריטן (סך הכל) קעסטל. דהיינו יעדער קעסטל רעכנט עס יא אויס, אבער די אינפארמאציע גייט נישט אריבער צום סך הכל. איז עפעס ראנג מיט מיין דאונלאוד, אדער יעדער האט דעם זעלבן פראבלעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:53 pm
דורך קנאפער ידען
דל גאה האט געשריבן:איז דא עפעס א פראקטישע עצה אן די אלע פראגרעמס?
וועלכע אלע פראגרעמס? מיט קרן עזר'ס עקסעל שיעט איז אלעס ממש סימפעל.
יידישע קהילות האט געשריבן:איך האב פרובירט דעם עקסעל שיט, אבער עס גיבט מיר נישט די רעזאלטאטן אין דעם דריטן (סך הכל) קעסטל. דהיינו יעדער קעסטל רעכנט עס יא אויס, אבער די אינפארמאציע גייט נישט אריבער צום סך הכל. איז עפעס ראנג מיט מיין דאונלאוד, אדער יעדער האט דעם זעלבן פראבלעם?
ארבעט נארמאל ביי מיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:50 pm
דורך דורות החסידות
איך זעה יעצט דעם אשכול און עס רעדט צו מיר זייער שטארק. אייך בין שוין נישט ממש קיין פרישער אינגערמאן אבער איך מוטשע מיך זייער מיט דעם.
ווי עס קוקט מיר אויס איז דער עיקר צרה ביי מיר אז איך האב נישט קיין סטעדי אינקאם, אמאל האב איך יא און רוב מאל נישט. אפילו דאס ביסל וואס איז שוין יא א קביעות קומט נישט אלעמאל אין צייט, רוב מאל נישט. יעצט אויף די מינוט איז מען שולדיג ארום צען צוועלעף וואכן.
צו דעם קומט צו דער פראבלעם אז פון צייט צו צייט קומען צו גרעסערע איין מאליגע הוצאות, למשל, מיין זון האט לעצטענס בר מצוה געהאט און עס האט מיך אפגעקאסט אפאר טויזענט דאללער.
דערווייל האב איך מיך אנגעבארגט אפאר טויזענט דאללער און איך ווער דערשטיקט, וואס קען מען טוהן.
איך האב טאקע ניטאמאל א השגה וואס מיין בודשעט איז. קעמפ למשל איז נאר איינמאל א יאר, איך ווייס נישט וויפיל געז און טאלל קאסט מיר, איך האב נישט קיין השגה וויפיל איך ספענד א חודש אויף עסן אינדרויסן פון הויז, א פרישטאג, דא א סענדוויטש דארט א קאווע ערגעץ אנדערש און צזאמען איז עס מן הסתם א שיינע פאר טאללער אבער איך האב נישט קיין השגה אפילו בערך וויפיל דאס איז.
איז דא דא איינער וואס נוצט טאקע איינס פון די צוויי פראגראמען, עוורי דאללער אדער יו ניד א בודשעט, און ער קען מיר ממליץ זיין אויף איינעם פון זיי? וועט דאס העלפן עפעס פאר מיין פראבלעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:44 am
דורך קארן טשיפ
איך זעה נישט פארוואס ס'פעלט אויס די אלע עפפס.
בילס; באקומסטע דאך חודש'לעך א ביל. קעש; נעם איך אראפ פונעם פעי טשעק יעדע וואך פאר מיך און פארן ווייב א סורטען אמאונט וואס געווענליך שטופ איך דורך די וואך מיט די סכום. און אז ס'פעלט אויס מער, אדער מאכסט א גרויסן ארדער ערגעץ, סווייפט מען דעם קארטל, און איך שרייב גלייך אויף וויפל איך האב געסווייפט. סוף וואך מאכט מען א סך הכל פון אלע סווייפס, און איין מאל א חודש איז דא א דעפאזיט אין באנק מיט די סכום פון די לעצטע 4 וואכן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 6:48 pm
דורך שאהן הענניטי
דורות החסידות האט געשריבן:איך זעה יעצט דעם אשכול און עס רעדט צו מיר זייער שטארק. אייך בין שוין נישט ממש קיין פרישער אינגערמאן אבער איך מוטשע מיך זייער מיט דעם.
ווי עס קוקט מיר אויס איז דער עיקר צרה ביי מיר אז איך האב נישט קיין סטעדי אינקאם, אמאל האב איך יא און רוב מאל נישט. אפילו דאס ביסל וואס איז שוין יא א קביעות קומט נישט אלעמאל אין צייט, רוב מאל נישט. יעצט אויף די מינוט איז מען שולדיג ארום צען צוועלעף וואכן.
צו דעם קומט צו דער פראבלעם אז פון צייט צו צייט קומען צו גרעסערע איין מאליגע הוצאות, למשל, מיין זון האט לעצטענס בר מצוה געהאט און עס האט מיך אפגעקאסט אפאר טויזענט דאללער.
דערווייל האב איך מיך אנגעבארגט אפאר טויזענט דאללער און איך ווער דערשטיקט, וואס קען מען טוהן.
איך האב טאקע ניטאמאל א השגה וואס מיין בודשעט איז. קעמפ למשל איז נאר איינמאל א יאר, איך ווייס נישט וויפיל געז און טאלל קאסט מיר, איך האב נישט קיין השגה וויפיל איך ספענד א חודש אויף עסן אינדרויסן פון הויז, א פרישטאג, דא א סענדוויטש דארט א קאווע ערגעץ אנדערש און צזאמען איז עס מן הסתם א שיינע פאר טאללער אבער איך האב נישט קיין השגה אפילו בערך וויפיל דאס איז.
איז דא דא איינער וואס נוצט טאקע איינס פון די צוויי פראגראמען, עוורי דאללער אדער יו ניד א בודשעט, און ער קען מיר ממליץ זיין אויף איינעם פון זיי? וועט דאס העלפן עפעס פאר מיין פראבלעם?
איך ניץ YNAB שוין באלד א יאר, זייער גוט. איך האב נישט קיין סטעדי אינקאם.