בלאט 1 פון 1

חשדות'דיגע פאוני קאלס - וואס איז דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:35 pm
דורך חסדי אבות
איך פלאג זיך לעצטנס ארום מיט א מאדנע ערשיינונג. איך באקום כסדר טעלפאן-קאלס, וואס אויפן סעלפאן שרייבט זיך אויף restricted, אבער מיט אן אנדערן פאנט פון געווענליך. ווען איך הויב אויף איז שטיל אויפן אנדערן זייט טראבל, אפגעזען צי איך רעד יא אדער נישט. איך קען האלטן אזוי דעם טעלפאן פאר א פינף זעקס מינוט, אבער דארט אויפן אנדערן זייט וועט זיין שטיל, יענער האלט דעם טעלפאן מיט עקשנות. די אינטערעסאנטקייט איז, אז דער קאל ווערט נישט געהאלטן אין מיין טעלפאן צווישן די ריסנט קאלס, עס איז כבלעו כך פולטו, עס ווערט נעלם פון דארט.

איך האב שוין פראבירט אויפצוהויבן און תיכף דערנאך אראפלייגן, אבער דאן רופט יענער צוריק. ער רופט יעדן טאג כאטש איין מאל, הגם שטענדיג אין אנדערע שעות. איין געוויסע ספעציפישע נאכט האט ער געהאלטן אין איין רופן, ביז צווייע פארטאגס.

האט איינער א השגה וואס דאס איז, ווי אזוי שטעלט מען דאס אפ, און צי איך דארף מורא האבן פון עפעס?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:52 pm
דורך פלטיאל
וועלכע פאון האסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:56 pm
דורך חסדי אבות
approved link

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:11 pm
דורך פלטיאל
אסאך פליפ פאונס האבן די אפציע פון אוטאמעטיק קאל, דאס מיינט אז מען קען אנשטעלן די פאון עס זאל אליין קלינגען ווי גלייך עס קומט אריין א פאון קאל, געווענליך קומט עס אריין רעסטריקטעד און עס בלייבט נישט אין די ריסענט פאון לאגס.

קוק איבער דיינע פאון סעטינגס פאר אזא אפציע (קען זיין מיט א ענליכע נאמען), אדער פרוביר צו דריקן די וואליום קיס אפאר מאל און קוק וואס עס געשעהט.

דער עיקר, נעם נישט קיין אומזיסטיגע פחדים, עס איז נישט דא פון וואס צו מורא האבן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:12 pm
דורך חסדי אבות
איך פארשטיי נישט. איך באקום דורכ'ן טאג פיל נארמאלע קאלס, וואס עס קומט אריין די איי די געהעריג. פארוואס פונקט די טעלפאן קאלס זענען רעסטריקטעט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:17 pm
דורך פלטיאל
נאר די קאלס וואס קומען אריין דורך די סעטטינג זענען רעסטריקטעד.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:20 pm
דורך כתב ולשון
דא רעדט מען פון א ענליכע פראבלעם.

https://answers.yahoo.com/question/inde ... 216AA2WN6u

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:45 pm
דורך תורה לערנער
קאלס וואס קומען אריין געהעריג דארף צו זיין ביי די ריסענט קאלס
גיי צו settings>call>fake call
קוק צו עס איז אנגעצונדן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:52 pm
דורך חסדי אבות
ביי מיר שטייט אז עס איז אנגעצינדן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 12:10 am
דורך קנאפער ידען
חסדי אבות האט געשריבן:ביי מיר שטייט אז עס איז אנגעצינדן.

דאן לעש עס אויס! דאס איז געמאכט אז ווען מען דריקט א פון-פריער-אנגעשטעלטע קנעפל קומט אריין א פאלשע קאל, עס איז געמאכט צו דערשרעקן שעדליכע מענטשן אז איינער רופט דיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:11 am
דורך חסדי אבות
איך פארשטיי נישט פונקטליך.

עס איז געמאכט געווארן צו דערשרעקן וועמען? - אויב איינער רופט מיר, ווערט יענער דערשראקן? - וואס איז די מטרה?

יישר כח פאר אלע הילף דא און אין אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:24 am
דורך קנאפער ידען
חסדי אבות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך.

עס איז געמאכט געווארן צו דערשרעקן וועמען? - אויב איינער רופט מיר, ווערט יענער דערשראקן? - וואס איז די מטרה?

יישר כח פאר אלע הילף דא און אין אישי.

נישט ממש דערשרעקן, נאר בעסער געזאגט צו פטור ווערן. אויב איינער גייט דיר נאך צו רעדן צו דיר, אדער ביסט אין אן אומבאקוועמע פאזיציע אין א שמועס וכדו', גיבטו אזוי שטילערהייט א דריק דער קנעפל וואס איז אנגעשטעלט צו מאכן דער פעיק קאלל איז ביז א באשטימטע צייט קריגסטו א פאון קאלל וועלכע קען זאגן א ספעציפישע רעקארדינג אדער סתם זיין שטיל, און אזוי האסטו אן עקסקיוז פטור צו ווערן פון יענעם.

סייוויאזוי, לעש עס אויס און מעלד גוטע רעזולטאטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:43 am
דורך זיי געזונט
ווען א קול קומט אריין restricted און די הייבסט אויף דעם טעלפאון קול, וועט די קאמפני רוב מאל קענען זאגן פון ווי די קול איז געקומען. דאס הייסט אויב מ'הייבט אויף קענען זיי טרעקן פון ווי ס'איז געקומען.
איינע פון מיינע חבירים האבן מיר אמאל נערוועז געמאכט, און איך האב נישט געוויסט ווער עס איז, האב איך אריינגערופן צום קאמפני און זיי האבן מיר געגבן די גאנצע אינפערמציא, און דא האט זיך די דזשוק גענדיגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 11:08 am
דורך גערעכטער
איך האב געהאט די אנשיקעניש א שטיק צייט אויף מיין היים פאון, איך האב אנגעהויבן פארלאנגען א ID פאר איך האב אויפגעהויבן און ווער עס האט נישט געקענט צושטעלן האב איך נישט אויפגעהויבן... און עס האט זיך גע'סטאפ'ט.