בלאט 1 פון 1

עיר קאנדישען הילף

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 8:05 pm
דורך טשאקלעט
אנצינדענדיג מיין פענסטער עיר קאנדישען די ערשטע מאהל דעים זוממער האב איך געהערט א קראך אין די ברעקער האט זיך אויסגעלאשען, נאכן צירוק אנצינדען די AC טוט זיך די קאמפרעסער נישט אנצינדען, איז שוין צייט צי קויפן א נייע מאשין אדער מ'קען עס נאך פיקסען ? איינער האט א נומבער פין א עיר קאנדישען פיקסער מען ??

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 8:27 pm
דורך שמעלקא טויב
וועלכע געגענט? וועלכע סארט עירין קדישין?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 8:49 pm
דורך purple knish
My experience: if the AC is in the 300-400 range don't bother fixing, buy a new one! They'll charge you $150 for opening up.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:31 pm
דורך טשאקלעט
וויליאמסבורג.
ס'איז א טייערע מאשין 12k BTU

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:39 am
דורך purple knish
By quickly checking on amazon, you can have that AC for the $300 range. Don't bother.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:16 am
דורך יקוםפרקן
טשאקלעט האט געשריבן:וויליאמסבורג.
ס'איז א טייערע מאשין 12k BTU

כ'האב אמאל געלאזט פארעכטן אן "אלטן" ירישה עיר קאנדישאן, און עס ארבייט נאך, (קרוב צו 30 יאר!) לאוי"ט
איין מעכאניק האט מיר אבער געזאגט אז סלוינט זיך צו טוישן צו א נייע, צו שפארן די לעקטער קאסטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:42 am
דורך טשאקלעט
עס איז א wall מאשין נישט א window , וואנט מאשינען זענען סאך טייערער

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:22 pm
דורך בך בטחו
most of the times a 12000 btu window unit should work in a wall except if the wall is thicker then 12-13" call moshe 7182071430 (he may not answer the phone leave a message) he should be able to answer you (he is doing it already for 40 years)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:17 pm
דורך לאמפ
ר' יענקל לעווי פאררעכט עיר קאנדישן'ס 7187827031.

אויב קויפט איר יא א נייע און ווילט אייך שפארן געלט דאן קויפט א ווינדאו יוניט וואס האט א סלייד אוט sleeve, אבער אזוי ווי בך בטחו האט ערווענט ווענדט זיך עס שוין ווי דיק אייער וואנט איז.

א היימישער סוחר וועט אייך גערן העלפן דאס אויסצורעכענען.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 12:07 am
דורך טשאקלעט
שכוח, בטחו אין לאמפ פאר די זאכליכע אינפארמאציע, העמער זיי געבען א קלינג

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:48 am
דורך purple knish
טשאקלעט האט געשריבן:שכוח, בטחו אין לאמפ פאר די זאכליכע אינפארמאציע, העמער זיי געבען א קלינג


ביטע האלט אונז אינפארמירט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:49 pm
דורך verveist
עיר קאנדישען׳ס פאר ביליג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:58 pm
דורך מטעמים
714 Grand Ave
Brooklyn NY

I bought there a 10k ac for less than $300.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:47 pm
דורך מיסטעריעז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:49 pm
דורך לאמפ
מטעמים, פאר אזא פרייז ברויכט איר נישט קריכן ביז גרענד סט. איך האב פאריגע וואך געקויפט א 10k GE עיר קאנדישאן ביי עס ענד דאבעליו אפפלייענסעס פאר אונטער $300 און זיי האבן עס דעליווערט ביז אהיים בחינם! זיי האבן אויך געהאט ביליגערע אפציעס פון אוו ברענד קאמפאניעס.

בכלל איז בעסער צו קויפן ביי א היימישע סטאר וואס וועט דיר העלפן אויסרעכענען די סייז פונעם עיר קאנדישן לויט אונזער היימישער געברויך (די נומערן וואס די קאמפאניס רעקאמאנדירן זענען היפש ווייניגער ווי מיר דארפן באמת.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:48 pm
דורך ווישוואש
shefa electronics in monroe is the cheapest in my experience, they deliver free to the city

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:44 am
דורך נודניק
איך זיך א עיר קאנדישען וואס האט נישט קיין שום לעכער ביי די זייטן נאר פין אין בעק,
איך דארף עס אריינלייגן אין א זייער דיקע וואנט וואס וועט נישט צילאזן קיין שום ליפט צי די זייטן פינעם עיר קאנדישען נאר פין אינגאנצן די אינטירשטע זייט פינעם עיר קאנדישען וואס איז אין גאס,
אויב איינער קען ארויסהעלפן למצוה גדולה יחשב,

פין צען ביז פיפצן טויזענט btu

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:57 am
דורך מאנ-יימער
זוך פאר א Wall unit אנשטאט א window unit

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 11:00 am
דורך נודניק
מאנ-יימער האט געשריבן:זוך פאר א Wall unit אנשטאט א window unit


איך האלט שוין נאכדעם, מיסטער סטאר מענטש זאגט אז עפעס לעכער ממש ביי די סוף מוז עס האבן (אפילו א wall unit)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 12:24 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
איך האב 3 וואנט יוניט'ס ביי מיר אינדערהיים, ס'שטעקט זיך ארויס ווייניגער ווי א אינטש פונדרויסן (אזוי דיק איז די וואנט),
איך האב צוויי ge און איין fridrich אלע זענען 12,000 בי טי יו'ס,
זיי קאסטן אין די רעינזש פון $700 פער שטיק,
לויט מיין עקספירענס איז די פרידריך סאך בעסער (ס'האט מער אפשען'ס ווי ענערזשי סעיווער וכדו')
די פרידריך האב איך צוגעקויפט שפעטער און זיי רופן עס "די פרידריך
"to fit a GE box

און קיין איינס האט נישט קיין שום לעכער נאר אין די בעק