בלאט 1 פון 1

גוטע פליישיגע רעסטאוראנט אין לעיקוואוד

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 1:57 pm
דורך יעקב צוקערמאן
כ'געפין זיך אינעם אומגעגענט פון לעיקוואוד. קען מיר עמיצער פליז צו-ווייזן א גוטן פליישיגן רעסטאוראנט אין לעיקוואוד וואו מען קען זיך אוועקזעצן פאר אן ארוחת ערב ווי עס פאסט. פארשטייט זיך מיט א פארלעסליכן הכשר
יישר כוח למפרע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 2:42 pm
דורך אני השפל
גלאט בייט

דאכט זיך אז אויף ענגליש שרייבט ער זיך: Glat Bite

זייער געשמאק און צו די זאך

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 3:18 pm
דורך feketa
Yossies

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 8:05 pm
דורך שמעק_טאביק
Glatt Gourmet
מען פארט אביסל ארויס פון שטעטל, אראפ דעם 9

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:54 am
דורך אני השפל
באקומען אין אישי:


Glatt Bite is under the Strict Supervision of
KCL -Kashrus Council Of Lakewood.
http://www.glattbite.com/

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 4:20 pm
דורך שכל טוב
http://estreia978.com/
978 RIVER AVENUE
LAKEWOOD NJ 08701


Entree
399 Monmouth ave
Lakewood, NJ 08701
http://www.entreerestaurant.com/



://..

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 6:12 pm
דורך fiena nieas
Delux איז גאנטץ פיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 6:31 pm
דורך יעקב צוקערמאן
שכוח אידן, שוין געווען, שוין געגעסן און פארגעסן
געווען קודם ביי גלאט בייט, געזען אז עס איז א שטארקער הלוך ילך מיט א גרויסן טומל, געפרעגט א דארטיגן איד, אונז געוויזן בשכינות פריים ריב (געדענק נישט פונקטליך דעם נאמען).
עס איז א טריט ארויפציהר נעבן דעם קאושער ווארלד גראסערי. מיר גייען אהין, מיר קומען אריין, מיר האבן אויסגעזען ווי יוונים אין די סוכה, א חסידאק מיט זיין פרוי אין א פענסי שמענסי סטעיק רעסטאוראנט, נישט געוואוסט וויאזוי מען עסט דאס. געפרעגט צי מען קען זיצן אדער מען דארף באשטעלן א זיץ, מען געזאגט לכתחלה באשטעל א זיץ אבער איצט קענסטו זיך שוין זעצן. עניוועי, נישט אזוי געגליכן די סעטינג, געווען צי היי קלעס פאר אונז. געקוקט אויפ'ן מעניו און געזען די הויכע פרייזן, פארלוירן דעם אפעטיט, זיך אנטשולדיג, אראפגעלייגט די מעניוס און אפגעצויגן פון דארטן מיט איין אטעם.
ביים ארויסגיין געזען א חסידאק אפרעכטן א סעודה מיט זיין בני בית און געהאט דעם בעבי אין קערידזש דערנעבן, וועלכע האט געוויינט. אינטערסאנט געווען, אויב האט מען זיך שוין ערלויבט ארויסצוגיין אין אזא טייערן רעסטאוראנט, האט מען נישט געקענט ארלעדיגן קיין בעביסיטער. אויב איז דאס געווען סתם צו זוכן וואו צו עסן איז דאך דא ביליגער.
עניוועי, צוריק צו גלאט-בייט, ביי זיי קאסט א ריב-סטעיק קוים 24 דאלאר. ממש א מציאה רבה, ווארום איך און די אידענע זענען געבונדענע, סאו א ריב סטעיק איז מער ווי גענוג פאר אונז ביידע. געמאכט א סעודה'ניו, עס איז געווען א מחיה, ברוך השם. געוויס די שכנים ארום האבן געקוקט מיט רחמנות אויף דעם ארעם פארפאלק וואס קען זיך נישט ערלויבן א באזונדערע פארציע פאר'ן מאן און א באזונדערע פאר'ן פרוי, און מוזן כאפן שטיקער פלייש פון איין טעלער
עניוועי, ביי אונז מאנראער, איז דאס עסן ריב-סטעיק אין א רעסטאוראנט עפעס א גאר געוואלדיגע זאך, דאס קען מען נאר טאן ווען מען גייט איינמאל א האלב יאר אויף וואקאציע. אין מאנרא נישטא קיין ריב-סטעיק

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 7:26 am
דורך אני השפל
יישר כח פארן אפדעיט, מיר האבן שוין געמיינט אז איר זענט ח''ו געבליבן הונגעריג...

דאס מיינט קשה .... של אדם כקריעת ים סוף, מען איז ארויס אויף די זעלבע זייט ווי מען איז אריין, אזוי ווי געווענליך ענדיגט מען דארט ווי מען האט לכתחילה אנגעהויבן...

דער עיקר איז אז איר זענט זאט געווארן...