בלאט 1 פון 1

באקומען א קאורט רוף וועגען א קרעדיט קארד חוב

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 9:59 am
דורך אדם ישר
איך כהאב אנגעזעצט מיינע קרעדיט קארד׳ס מיט א סך הכל פון בערך 15,000 $
די מערסטע איז אפשר פון 6000 $
איך כהאב באקומען א צעטיל אז איך דארף קומען אין די קארט וואס טוט מען?
איך כהאב פארלורען די צעטיל איך ווייס נישט ווען, וואס,
וואס קען פאסירען אז מען מאכט זיך נישט וויסענדיג?
אין די האנט אריין האב איך קיינמאל נישט באקומען א צעטיל סך הכל און די פאסט
אויב איינער האט א ענטפער ביטע העלפן ייש״כ

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 11:10 am
דורך green
זיי קענען צונעמען דיין פעיראלל, הויז, וכו' לויט וויפיל די קארט ערלויבט, רוף את זה גוטן לויער

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 11:28 am
דורך FREEDOM
ווערט נישט דערשראקן, יעדער צענטער האט דעם פראבלעם
אבער וויכטיג קעיר צו נעמען

דארפסט נישט נעמען א לאיער פאר הונדערטערס פער שעה

די בענק האבן מיליאנען אזעלכע קעיסעס, און שיקן אראפ א פאר יוקעלעך צום קארט,
און מיט א שמיי-דריי ווערט מען פטור פון זיי
אבער זייער וויכטיג נישט צו איגנארירן!!!

שיק מיך אישי, בעז"ה קען איך דיר שיקן צום ריכטיגן שליח

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 11:32 am
דורך verveist
ר׳ יוסף פינקוס נ״י פון טאהש אין בארא פארק העלפט ארויס מיט דעם לשם מצוה, ער האט אדװאקאטען װאס ספעציעליערין זיך אין דעם געביט צו זיין פארפיגונג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 11:33 am
דורך FREEDOM
verveist האט געשריבן:ר׳ יוסף פינקוס נ״י פון טאהש אין בארא פארק העלפט ארויס מיט דעם לשם מצוה, ער האט אדװאקאטען װאס ספעציעליערין זיך אין דעם געביט צו זיין פארפיגונג.

יא! האסט מיך אויסגעכאפט, ער וואוינט אויף 49 סט. 12-13

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 12:16 pm
דורך babaganush
FREEDOM האט געשריבן:
verveist האט געשריבן:ר׳ יוסף פינקוס נ״י פון טאהש אין בארא פארק העלפט ארויס מיט דעם לשם מצוה, ער האט אדװאקאטען װאס ספעציעליערין זיך אין דעם געביט צו זיין פארפיגונג.

יא! האסט מיך אויסגעכאפט, ער וואוינט אויף 49 סט. 12-13

47 street

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 1:09 pm
דורך FREEDOM
47 street[/quote]

48

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 1:27 pm
דורך real estate
נישטא וואס צו ווערן דערשראקן נאר ח"ו נישט נעגלעקטען, יא חיים פינקוס (נישט יוסף) איז די ריכטעגע שליח מן השמים וואס האט געהאלפן הונדערעטער אידן אין דעם מצב איך געדענק נישט דעם אדרעס אבער נעבן פארק הויז האטעל אויף 48

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 2:30 pm
דורך Zik
ער הייסט חיים יוסף. ער אפען מאנטיג אין מיטוואך נאכט 9:30-2:00

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 2:51 pm
דורך זאכליך
איגנארירן זיכער נישט!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 10:27 am
דורך שאהן הענניטי
די פראבלעם פון איגנארירן איז נאר נאכדעם וואס מ׳ווערט שוין גערופן אין קאורט?
למשל איך האב יעצט א שטיקל חוב ביי א קאמפאני, לאו דוקא קרעדיט קארד, און זיי האבן מיר קאנטאקטעד אפאר חדשים צוריק, מ׳האמיר אפגעמאכט א פעימענט פלאן פון אפאר הונדערט טאללער א חודש, כ׳האב עס געצאלט פאר 3 חדשים, דאן האט מיר איינער געזאגט אז איך זאל נישט צאלן, און פלעין איגנארירן.
קען עפעס געשעהן?
מיין קרעדיט וואלט איך אויך נישט געזוכט צו ריזיקירן

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 10:50 am
דורך יידישע קהילות
מען דארף אויך געדענקן צו פרעגן א שאלה פון רב וואס איז באקאנט אין הלכות פון חושן משפט, ווייל עס איז דא א שאלה פון גזל עכו"ם, און אסאך מאל אויך גזל ישראל.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 1:53 pm
דורך real estate
שאהן הענניטי האט געשריבן:די פראבלעם פון איגנארירן איז נאר נאכדעם וואס מ׳ווערט שוין גערופן אין קאורט?
למשל איך האב יעצט א שטיקל חוב ביי א קאמפאני, לאו דוקא קרעדיט קארד, און זיי האבן מיר קאנטאקטעד אפאר חדשים צוריק, מ׳האמיר אפגעמאכט א פעימענט פלאן פון אפאר הונדערט טאללער א חודש, כ׳האב עס געצאלט פאר 3 חדשים, דאן האט מיר איינער געזאגט אז איך זאל נישט צאלן, און פלעין איגנארירן.
קען עפעס געשעהן?
מיין קרעדיט וואלט איך אויך נישט געזוכט צו ריזיקירן
אויב די האסט נישט געסיינט דעם אגרימענט אין קארט זע איך נישט ווי אזוי עס וועט גיין אויף דיין קרעדיט אויב די וועסט אויפהערן בייצאלן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 2:27 pm
דורך ווישוואש
real estate האט געשריבן:

They can send it to a collection agency who might report it

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 4:19 pm
דורך שאהן הענניטי
real estate האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:די פראבלעם פון איגנארירן איז נאר נאכדעם וואס מ׳ווערט שוין גערופן אין קאורט?
למשל איך האב יעצט א שטיקל חוב ביי א קאמפאני, לאו דוקא קרעדיט קארד, און זיי האבן מיר קאנטאקטעד אפאר חדשים צוריק, מ׳האמיר אפגעמאכט א פעימענט פלאן פון אפאר הונדערט טאללער א חודש, כ׳האב עס געצאלט פאר 3 חדשים, דאן האט מיר איינער געזאגט אז איך זאל נישט צאלן, און פלעין איגנארירן.
קען עפעס געשעהן?
מיין קרעדיט וואלט איך אויך נישט געזוכט צו ריזיקירן
אויב די האסט נישט געסיינט דעם אגרימענט אין קארט זע איך נישט ווי אזוי עס וועט גיין אויף דיין קרעדיט אויב די וועסט אויפהערן בייצאלן

אויב סיינט מען נישט אין קאורט קען עס נישט גיין אויפן קרעדיט?? דעיס איז מיר א חידוש נפלא. אמער די אלע וואס האבן זיך אנגעמאכט דעם קרעדיט, זענען געוועזן אין קאורט בעפאר?
איך פרעג ווייל איך קאן זיך נישט אויס.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 4:28 pm
דורך שאהן הענניטי
יידישע קהילות האט געשריבן:מען דארף אויך געדענקן צו פרעגן א שאלה פון רב וואס איז באקאנט אין הלכות פון חושן משפט, ווייל עס איז דא א שאלה פון גזל עכו"ם, און אסאך מאל אויך גזל ישראל.

גזל לדעתי טייטשט אוועקנעמען וואס באלאנגט פאר א צווייטן, נישט באצאלן א חוב איז נישט דאס זעלבע.
איך בין אמאל געוועזן שולדיג איין טאללער פאר עפעס א מר בר רב אשי, און איך ביים באצאלן האט ער געדרייט אזוי מיט די קאפ, אז ער האט נישט גערעכנט איך זאל דאס דארפן באצאלן, זאג איך, איך האב נישט געוואלט מגולגל ווערן פאר א דאללער. האט ער מיר געזאגט, באצאלן א חוב איז נישט כדי נישט צו ווערן מגולגל, סיז א מצוה פון פריעת חוב... גולגולים איז סודות פון ר״י הק׳.

בקיצור גניבה מיז עס זיכער נישט זיין, פרשטייט זיך דעת תורה קאן זיין אנדערש

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 5:31 pm
דורך verveist
האט גארנישט מיט געריכט (לגבאי ריפארטען) זיי קענען עס ריפארטען (אויב האבען זיי דיין סאשעל)
װאספארע מין זאך רעדסטו פון ? איז עס דאקטערישע ביללס?
עס הארגעט נישט אינגאנצען דיין קרעדיט, אבער קען עס געבען א גיטע זעץ
איידער די צאלסט נאך מאך זיכער אז דיין פלאן איז צו צאלען װייל אויב נישט דאן יעדעס מאל די צאלסט עפעס פארלענגערסטו די צייט װאס זיי קענען עס האלטען אויף דיין ריפארט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 7:52 pm
דורך שאהן הענניטי
איך האב געארבעט פאר א קאמפאני, זיי פלעגן מיר באצאלן פון פאראויס, און... דא ענדיגט זיך די מעשה (האפענטליך).
דאס איז געוועזן אויף א געהעריגע קאנטראקט, און זיכער האבן זיי מיין סאושעל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:32 am
דורך verveist
קענען, קענען זיי ריפארטען, צו זיי װעלען איז א שאלה. איך גלייב אויב עס איז א ערענסטע סכום װעלען זיי עס נישט לאזען סתם פארפאלען גיין.
אויב די האסט געארבעט פאר זיי הייסט עס זיי קענען דיר אלץ איד, גלייב איך אז די דארפסט פרעגען א מורה הוראה אלץ חילל השם.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:44 pm
דורך שאהן הענניטי
Thanks for the help

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 12:34 pm
דורך געראטעוועט
Rabbi Pinkus 917-295-6682