בלאט 5 פון 6

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:23 pm
דורך private
mini van האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:איז בכלל פארהאן דא איינער וואס איז בכלל אינטערעסירט אין די נושא ?

מיר ליינען מיט נייגער, גיי אן.

אבסעלאטלי גיי אן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:23 pm
דורך עקבי הצאן
mini van האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:איז בכלל פארהאן דא איינער וואס איז בכלל אינטערעסירט אין די נושא ?

מיר ליינען מיט נייגער, גיי אן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:34 pm
דורך אברך
יישר כח פאר די ווארימע ריספאנס, אז דער עולם איז דערין בין איך דא פול פארס.

רבותי, איך בין נישט קיין עקספערט איך בין א יונגערמאן לכאורה יונגער פון אייך אלע, איך לערן די נושא און דורך שרייבן לערנט מען גרונטליכער אויב איינער האט א שאלה אדער וויל פשוט וויסן די אלף בית בין איך מער ווי גרייט צו ענפערן און אויב ווייס איך נישט בין איך גרייט צו מאכן ריסוירטש.
דער עיקר איז אז מען זאל הערן וואס דער עולם האלט און טראכט.
אויב איז דא דא איינער וואס האט אביסל עקספיריענס אין די נושא און אלעס ארום ווי למשל 401k (וואס הונדערטער היימישע יונגעלייט האבן און נוצן עס נישט אויס מחמת חוסר ידיעה) ביטע לאזט אייך הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:39 pm
דורך עץ ארז
401K מה זה?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:47 pm
דורך פלטיאל
איז 401k פענסיע געלטער? אויב נישט אנטשולדיגט פאר מיין אמעראצעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:54 pm
דורך אברך
עץ ארז האט געשריבן: לא הבישן למד

אט אזוי זיך נישט שעמען צו פרעגן 401k פארלאנגט א אשכול פאר זיך. איך בין זיכער אז טייל פונעם עולם דא האבן אביסל עקספיריענס אין דעם איך בין מכבד יעדעם פון אונזערע טייערע חברים צו אויספאקן דאס גאנצע בינטעלע נאלידש לתועלת הציבור איך האף אריינצוקומען מארגען אביסעלע ברייטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:55 pm
דורך לעכטיגער
אברך האט געשריבן:למשל 401k (וואס הונדערטער היימישע יונגעלייט האבן און נוצן עס נישט אויס מחמת חוסר ידיעה)


וואס מיינסטו זיי האבען אין נוצן עס נישט אויס? זיי דיך מסביר ביטע

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 10:58 pm
דורך פלטיאל
401k - a savings plan that allows employees to contribute a fixed amount of income to a retirement account and to defer taxes until withdrawal.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:01 pm
דורך לעכטיגער
And it works through the company that you are employed at

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:06 pm
דורך אברך
לעכטיגער האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:למשל 401k (וואס הונדערטער היימישע יונגעלייט האבן און נוצן עס נישט אויס מחמת חוסר ידיעה)


וואס מיינסטו זיי האבען אין נוצן עס נישט אויס? זיי דיך מסביר ביטע

1)ער עפענט בכלל נישט קיין 401k.
2)ער עפענט טבער נוצט נישט אויס עטליעסט דעם מעטש(פאר ווער עס פארשטייט נישט בעט איך אנטשולדיגונג האפענטליך וועל איך מארגען מסביר זיין)
3)ער פאנדעד זיין אקאונט אבער בעלענסט נישט גוט זיין געלט(what's called asset allocation)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:08 pm
דורך לעכטיגער
וויפל היימישע עמפלויערס אפערען בכלל 401k'ס?? נאכדערצו מיט מעטשען??

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:11 pm
דורך מטעמים
לעכטיגער האט געשריבן:וויפל היימישע עמפלויערס אפערען בכלל 401k'ס?? נאכדערצו מיט מעטשען??

פאר די וואס נעמען ארויס געלט פון זייער עמפלויערס דורעך א אינוואויס (סערוויס פראוויידער) קענען עס טוהן מיט זייער אייגענע קאמפעני.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:22 pm
דורך אברך
לעכטיגער האט געשריבן:וויפל היימישע עמפלויערס אפערען בכלל 401k'ס?? נאכדערצו מיט מעטשען??

B and h ווייס איך זיכער אז זיי אפפערען דאס מיט א מעטש.
איך כאפ זיך יעצט אז עס זייער פארשטענדליך אז יונגעלייט האבן נישט געהערט פון 401k, אין די גואישע גאס זענען מיליאנען איינגעשטעלט ביי גרויסע קאמפעניס (וויפיל ארבעטער האט עמעזאן, וואל מארט ...)מילא איז עס א האט טאפיק אןיפן טיש ביי אלעמען משאכ ביי אונז ווייסעך טאקע נישט ווער נאך חוץ ב"ה וואס שטעלט דאס צו, נישטא נאך א היימישע קאמפ. אויף דעם קאליבער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 11:32 pm
דורך לעכטיגער
מטעמים האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:וויפל היימישע עמפלויערס אפערען בכלל 401k'ס?? נאכדערצו מיט מעטשען??

פאר די וואס נעמען ארויס געלט פון זייער עמפלויערס דורעך א אינוואויס (סערוויס פראוויידער) קענען עס טוהן מיט זייער אייגענע קאמפעני.

באט פארשטייט זיך נאו מעטשינג.
ביי א געווענליכע איז עס זייער טריקי. מ'צופט אראפ געלט פאר רעטייערמענט אין דיין עמפלויער מענעדזשט דיין געלט. ס'האט שוין אסאך פאסירט ווי מענטשען האבען אלעס פאלוירען אזוי. אפגערעדט ווען נאר די קאמפעני לייגט אריין אלס א בענעפיט, ארבעט עס געווענליך אז ס'דיינס נאר אויב דו וועסט רעטייערען פון די קאמפעני. אויב עפעס פאסירט אין דערמיט קען מען אלעס פאלירען..

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 12:07 am
דורך וויכטיג מאכער
אברך האט געשריבן:וויכטיג מאכער וויפיל געלט האלטסטו איז ווערט די צווי בענעפיטן וואס דו האסט אויסגערעכענט דיסעביליטי און פראטעקשאן אגעינסט קרעדיטארס. דאס דארף מען רעכענען מיט א דאללאר וועליו אזוי ווי יעדע אינשורענס.
פלאס לייף אינשורענס.
ווען מען וועט האבן די נומבערס וועט מען קענען קאמפערן די צוויי און זעהן צו מען צאלט נישט איבער.
וועגן די אנדערע צוויי ארגומענטן גאראנטי און אז אפשר וועט עס פונקט נישט זיין עוועיליבל ווען דו וועסט עס דארפן קומט א עקסטערע תגובה, איי דא מיי ריסורטש איי וויל בי בעק ווען איי וויל העב די נומבערס.



דאס האב איך געשריבן אנפאנג, ס'איז נישטא עכט קיין דאללער וועליו אויף יעדע זאך... ס'איז אבער דא א קאנצעפט! פאר איינעם איז מער ווערד די "וועיווער אוו פרימיום" ווייל ער קען איינער וואס האט נישט געקענט ארבייטן ווען ער איז נישט געזונט געווען און זיין פאלעסי האט גע'לעפסד, און פאר א צווייטן איז קרעדיטארס - פראטעקשן גאר וויכטיג, ווייל ער ווייסט פוירסט הענד פון א יונגערמאן וואס גיבט אראפ פון זיין פעי'טשעק יעדע וואך געלט ווייל ער איז געווארן גע'סוט... פאר א דריטן איז "גאראנטי" ווערט אלע געלטער! ווייל זיין טאטע האט אראפגע'פלאשד אין א "זיכערע" אבער נישט גאראנטירטע אינוועסטמענט זיין גאנצע פארמעגן וכד'... סאו יעדער שאצטעס אפ אנדערש!

די פוינט איז, קענסט נישט קאמפעירן קיין סטאקס צו אינשורענס, ווייל ס'איז נישט די זעלבע זאך! סטאקס "קען" טאקע זיין א גרעסערע רעיט אוו ריטוירן, אבער סטאקס קעמען אויך דערלייגן, און אפילו אויב איינער קעירט נישט פאר ריסק, קען זיין אז ער קעירט פאר די אנדערע זאכן...

פארוואס קיין איין פיינענשל בוך שרייבט נישט וועגן לייף אינשורענס... גוטע פראגע, כאניש קיין ענטפער אויף די פראגע, אויב דו טרעפסט אן ענטפער אויף די פראגע לאמעך וויסן, איך האב אסאך קשיות אויף זיי... למשל "מאני מאגאזין" האט אויפן זעלבן קאווער געשריבן אז 401K איז די בעסטע וועג צו גיין, און בלויז אפאר יאר שפעטער האבן זיי געשריבן "פייער יור 401K"... אז א 401K טויג נישט! ווען דו וועסט טרעפן די ערשטע ענטפער אפשר קענסטו זיי פארענטפערן זייערע אנדערע סתירות...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 12:23 am
דורך אברך
עטליסט דער עולם ווייסט שוין וואס א 401k איז ...
עמער פארברענגען ווייטער מארגען ס'שפעט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 9:09 am
דורך וויכטיג מאכער
בנוגע 401K... איך טוה נישט קיין 401K, געווענליך האט דאס מיט די אקאונטענטס, אבער איך ווייס אביסל וואס דאס איז...

קודם דארף מען וויסן, א 401K איז נישט קיין אינוועסטמענט אדער א סעיווינגס אקאונט, ס'איז ס"ה א קאוד אינעם געזעץ, אונטער דעם קאוד מעג א מענטש אוועקלייגן געלט פאר ריטייערמענט אן דארפן "יעצט" באצאלן טעקס, ער וועט באצאלן טעקס הערשט ביים רעטייערן...

וואו לייגט מען דאס געלט? אויף דעם איז דא פארשידענע פלעצער, די מערסטע באקאנטע איז אין מיוטשל פאנדס! איך קעניש אלע רולס, אבער איך ווייס אז מ'מעג אויך לייגן אויף געוויסע אופנים אין לייף אינשורענס... סאו די פראגע איז נישט 401K אדער סטאקס, 401K אדער לייף אינשורענס... די פראגע איז ענדערש צו לייף אינשורענס "אין" א 401K צו נישט...

די עצם 401K האט מעלות און חסרונות, און איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן, איך גיב נישט קיין עדווייס פאר קיינעם איבער אינוועסטמענטס! יעדער זאל פרעגן זיין עדווייזער, מאך נאר זיכער אז יענער האט די לייסענסעס וואס ער דארף פאר די פראדוקט וואס ער פארקויפט... איך גיי דא אויסשמיעסן אלס קאנסומער די מעלות און חסרונות פון א 401K וואס איך ווייס...

די ערשטע מעלה איז פשוט, ס'איז טעקס דיפערד! יעדער פארשטייט אז טראצדעם וואס מ'גייט צום סוף סייווי באצאלן טעקס, לוינצעכעס... ווייל איך גיי דערווייל מאכן געלט אויף די געלט וואס איך וואלט געגעבן יעצט פאר טעקס! ווער רעדט נאך אויב א קאמפעני מעטש'ד, אה ווי שיין! נישטא קיין בעסערע אינוועסטמענט! איך לייג אריין 3 טויזענט דאללער, און נאך פאר איך דריימעך אויס האצעכעס גע'דאפעלט! די קאמפעני האט גע'מעטש'ד און סיז דא 6 טויזענט!

די פראבלעם איז אבער אז א 401K מיינט אויך אז איך נעם געלטער פון מיין יעצטיגע אינקאם, און מיין יעצטיגע סטעטוס ווען איך פארדין א פשוטע וועידזש, כאב א שטוב מיט קינדער, כאב גענוג דידאקשן'ס, און איך דיפער די טעקס אויף נאכן ריטייערן, וואס יעדער האפט צו ריטייערן אלס עושר! פארדינען מיליאונען... ס'טייטש ס'איז מעגליך אז יעצט וואלטעך געצאלט 15 פראצענט טעקס, און דעמאלטס גייעך צאלן... רגע... ווער גייט דעמאלטס זיין פרעזידענט? וואס גייען זיין די טעקס רעיטס? אפשר גייען זיי מיך דעמאלטס טעקסן 50 פראצענט? און איך גיי נישט האבן מער קיין קינדער אין שטוב פאר דידאקשענס, מעגליך אז קיין מארטגידזשעס העלעך אויך נישט האבן, ווייל ווער זוכט מארטגידזשעס אין די עלטערע יארן... אין קורצן, איך סעיוו טאקע יעצט טעקס, אבער וויפיל סעיוו איך דען, און ווער זאגט אז ביים ארויסנעמען גייעך באצאלן אזוי ווייניג וויפיל איך וואלט יעצט באצאלט?!

בכלל נעמסטו דיין געלט און דו צווינגסט דיך אריין אין גאווערמענט רעגולעישענס! זיי גייען דיר זאגן וואו דו מעגסט לייגן דיין געלט, קענסטעס נישט נוצן פאר פריוואטע זאכן, למשל עפענען א ביזנעס, (א הויז קעמען אמאל יא) אויב נוצטו עס יא איז דא א פענעלטי, אויסער די טעקס... און דו קענסט נישט וויסן וואס די געזעץ גייצעך טוישן! אפשר גייט מענעס נאר קענען נוצן נאך עידזש 69 אנשטאטס 65, און היינט איז אויך דא רעגולעישענס ביים ארויסנעמען, אפשר גייסטו מוזן ארויסנעמען אדער נאר מעגן ארויסנעמען א געוויסן סכום וואס שטומט נישט מיט דיין דעמאלסדיגע מצב?

סאו ס'איז דא וואס וועלן זאגן, העק מיט די טעקס דיפערל, דא האסטו מיינע 15 פראצענט טעקס, לאמיך מאכן מיינע דעסידזשענס מיט מיין געלט, ווען צו נוצן וויפיל און וויזוי צו אינוועסטן אדער סעיוון...

דא הייבצעך אן דעסיזשן מעיקינג! לוינצעך עס אויפצוגעבן? סיז למעשה דא א בענעפיט, אבער ס'האט א חסרון... געווענליך אויב די קאמפעני מעטש'ד לייגן מענטשן אריין, ווייל ווי געשריבן טעקניקל איזעס אן אינוועסטמענט וואס דאפעלט די געלט נאך פאר מ'הייבט אן... אויב מעטש'ד די קאמפעני נישט, למשל ביי סעלף עמפלויד, נעמען רוב אירע נישט אראפ, ווי געשריבן...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:01 am
דורך גערעכטער
וויכי, זייער קלאר געשריבן (עז יאזשעל..).
.
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן מעטשן, א חלק פון די בענעפיטס וואס זיי גיבן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:45 am
דורך וויכטיג מאכער
גערעכטער האט געשריבן:וויכי, זייער קלאר געשריבן (עז יאזשעל..).
.
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן מעטשן, א חלק פון די בענעפיטס וואס זיי גיבן?



טענקס פאר די קאמפלימענט...

יא! ס'איז א חלק פון די בענעפיטס וואס קאמפאניס גיבן, גענוי ווי העלט אינשורענס וכד'... די גאווערמענט וויל אז זיי זאלן עס טוהן כדי מענטשן זאלן נישט הונגערן אויף די עלטער האט מען עס געמאכט טעקס דידאקטעבל! (א חידוש, כדי מענטשן זאלן אריינלייגן געלט נעמט אוועק טעקס... עני ליבעראל עוועלעבל?)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 11:49 am
דורך גערעכטער
לגבי דאס וואס דו זאגסט אז דעמאלטס וועלן זיי מיך טעקסן 50%, איז דא די זעלבע קאנסורן ביי מיוטשל אינוועסטמענט אז דעמאלט מיט יענע אינפלאציע וועל איך כמעט גארנישט פארדינען, ניין?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 5:09 pm
דורך ווישוואש
וויכטיג מאכער האט געשריבן: (א חידוש, כדי מענטשן זאלן אריינלייגן געלט נעמט אוועק טעקס... עני ליבעראל עוועלעבל?)

;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 7:28 pm
דורך אברך
וויכי גאנץ פיין מסביר געווען
די טעקס חלק איז א געוואלדיגע פארדינסט ווייל פאר יעדע 100$ וואס דו לייגסט אריין פעלט למעשה נאר פון דיין פעי טשעק בערך 80.

נאך א שטארקע מעלה איז אז עס גיבט א שטארקע שטופ אווקצולייגן געלט.

איינער וואס זיין ארבייטס געבער שטעלט נישט צו קיין 401k קען עפענען א IRA
(investments retirement account )
וואס שטעלט צו בערך די זעלבע בענעפיטן
נאר מען לייגט אריין געטעקסטע געלט און די רוחים זענען טעקס פרי.

באט הער איז די קעטש, מיר אידן דארפן דאך חתונה מאכן און וואס האט מען דערפון אז מען האט מיליאנען אין א רעטייערמענט אקאונט אז מען קען עס נישט נוצן
די תירוץ איז אז מען קען ארויסנעמען געלט סיי ווען נאר מען דארף באצאלן א שטראף איך מיין אז 10% (איינער קען ארויסהעלפן) און דאס טאר נישט זיין קיין אפהאלט פון אריינלייגן געלט דארטן געדענק דיינע רוחים זענען טעקס פרי

אסאך עדוויזערס זאגן אז מען זאל אויסנוצן די מעטש פון די 401k און די איבעריגע אריינלייגן אין א IRA ווייל דאס האט געווענליך אויך אינדעקס פאנדס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 8:51 pm
דורך שאהן הענניטי
Just a small correction, IRA stands for Individual Retirement Account, and a traditional IRA works exactly the same as a 401(K) plan with the fact that it's being funded with Pre Tax (or before tax dollars) and is being distributed fully taxable.

However there's somehting called a ROTH IRA, which is being funded with after tax dollars, and from then on it grows tax deffered, and is being distributed tax free... You never pay a dollar in taxes.

There's also available a ROTH 401(K) plan, that is being treated just like the ROTH IRA, which most people are not aware of. I think, the employee has always the option of electing in which type he wishes his funds to participate

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 9:33 pm
דורך אברך
ביזט גערעכט איך האב געשריבן פון זכרון ארויס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2015 10:00 pm
דורך וויכטיג מאכער
גערעכטער האט געשריבן:לגבי דאס וואס דו זאגסט אז דעמאלטס וועלן זיי מיך טעקסן 50%, איז דא די זעלבע קאנסורן ביי מיוטשל אינוועסטמענט אז דעמאלט מיט יענע אינפלאציע וועל איך כמעט גארנישט פארדינען, ניין?



ניין, מיוטשעל פאנדס איז טעקסעבל יעדעס יאר, ועוד, מיוטשל פאנדס קענעך אליין קאנטראולן, אויב זעה איך אז נעקסטעס יאר גייט מען העכערן טעקס קענעך עס יעצט ארויסנעמען וכד'... איך קען מענאווערן, איך קענעס דארט לאזן לענגער, משא"כ געלט וואס ליגט אונטער א 401K איז רעגולעיטעט, דו קענסטעס נאר ארויסנעמען פון א געוויסע עידזש, און דו מוזט ארויסנעמען יעדעס יאר א געוויסע אמאונט וכד...

אברך, ס'זענען דא אפאר מיני IRA'ס, ס'זענען דא וואס זענען יא טעקס דיפערד, א "ראטה IRA" איז "נאך טעקס" געלט...

נאך איין מאל! מיוטשל פאנדס דארף מען רעדן צו א לייסענסד בראוקער און טעקס אישוס זאל מען איבערפרעגן אן אקאונטענט! נישט נעמען קיין שום עדווייס פון דא!