Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

life insurance companies

דינסטאג מאי 05, 2015 7:04 pm

איך קען האבען די זעלבע term פאליסי ביי MetLife פאר $100 ביליגער א יאר ווי פין New york life,
מיין agent זאגט אבער אז NY LIFE איז גערעיטעד פאר א בעסערע קאמפעני אין אויכעט זאגט ער אז MetLife איז א Mutual company , אין Ny life a איז א פאבליק company. (ווייס איך נישט פארוואס איך זאל מיך צוקראצען דערפין)

וואס זאגט דער עולם?
ועיקר שכחתי אז ער איז אפעציעל א עידשענט פאר NY life....

Advertisement

דינסטאג מאי 05, 2015 7:12 pm

I think it's just the opposite. That Metlife is a public company.
Certain people believe that a public company cares more for the shareholders than for the policy holders. But for a term it does not make a difference, unless you plan to convert it on day to a whole life

דינסטאג מאי 05, 2015 7:24 pm

קענסט רואיג גיין מיט מעסס מיוטשל

דינסטאג מאי 05, 2015 7:29 pm

פ: וועם קען איך ענדערש טראסטן מיט א הלואה, ביל געיטס אדער ווארען באפעט ?
ע:וואס איז די שאלה בייידע זענען דאך מיליאנערן
פ: טאקע אבער געיטס האט מער.
והנמשל מובן

דינסטאג מאי 05, 2015 7:31 pm

ער פרעגט נישט וועגען מעעס מיוטשעל, ער פרעגט נ"י לייף וואס איז א מיוטשעל קאמפעני ווס. מעט לייף וואס איז פאבליק.

דינסטאג מאי 05, 2015 7:38 pm

יא, מר. לעכטיגער, טעיתי. מעטלייף איז פאבליק ווערסעס NY LIFE איז mutual.
בד"וו ער זאגט נאך א מעלה אין Ny life אז אויב איך וויל עס עווענטעאל קאנווערטן צו א whole life האבן זיי בעסערע policies

דינסטאג מאי 05, 2015 7:44 pm

לכאורה כאפט די גאנצע חילוק נאר אויף whole life. כ'ווייס נישט נישט אויב למעשה איז דא א חילוק, כ'ווייס נאר צו זאגען פון די סברא. אבער אויף טערם אליין איז לכאורה קיין חילוק.

דינסטאג מאי 05, 2015 7:46 pm

נאך א סברא וואס איך האב אמאל געהערט פארוואס ס'לוינט ענדערשט צו קויפען פון א מיוטשעל קאמפעני, ווייל אויב ס'וועט אמאל גיין פאבליק וועט מען האבען א גוטען שאנס צו מאכען אפאר דאללער.

דינסטאג מאי 05, 2015 11:21 pm

די מעלה פון קענען קאנווערטן צו א האל לייף איז לכאורה ווערט די עקסטרע פאר דאלער

דינסטאג מאי 05, 2015 11:25 pm

איז דא א וועג צו מאכן לייף אינשורנס, ווען מען האט שטיצע פון די שטאט?

דינסטאג מאי 05, 2015 11:39 pm

עץ ארז האט געשריבן:איז דא א וועג צו מאכן לייף אינשורנס, ווען מען האט שטיצע פון די שטאט?

ס'איז נישט קיין פראבלעם צו האבן לייף אינשורענס מיט פראגראמען.

פאר עקסטערע זיכערהייט קענסטו מאכן א צווייטן אונער פון די פאליסי און דיר דער בענעפיטער.

דינסטאג מאי 05, 2015 11:42 pm

כאפצעם האט געשריבן:
עץ ארז האט געשריבן:איז דא א וועג צו מאכן לייף אינשורנס, ווען מען האט שטיצע פון די שטאט?

ס'איז נישט קיין פראבלעם צו האבן לייף אינשורענס מיט פראגראמען.

פאר עקסטערע זיכערהייט קענסטו מאכן א צווייטן אונער פון די פאליסי און דיר דער בענעפיטער.

אדער מאך א טראסט.

מיטוואך מאי 06, 2015 3:00 am

פון ווי נעמט מען די צייט צו ענטפערן???

אויב ביזטו אינטער דרייסיג נעם א צוואנציג אדער דרייסיג יאר טוירם לאקד אין רעיט.
דיין ווייב דארף נישט ווערן קיין מיליאנער אויב דו שטארבסט ח"וו.
זעה זי זאל האבען גענוג צום לעבן און חתונה מאכען די קינדער.

קיינמאל גיי מיטען חשבון אז דו גייסט עס קאנווערטן צו א האל לייף, האל לייף איז א שלעכטע פלאץ צו לייגען געלט אנלעסס דיין אקאונטענט זאגט דו זאלסט עס טוהן כדאי צו צאלען ווייניגער טעקס.

איי קענט סטרעס איט אינאף, סיז נישט נארמאל וויאזוי א אינדאסטרי האט זיך אזוי שטארק אריינגעזעהן אין אונזער קאמיונעטי און עס געט נישט גארנישט פארען מענטש.

מיטוואך מאי 06, 2015 6:37 am

מטעמים האט געשריבן:קיינמאל גיי מיטען חשבון אז דו גייסט עס קאנווערטן צו א האל לייף, האל לייף איז א שלעכטע פלאץ צו לייגען געלט אנלעסס דיין אקאונטענט זאגט דו זאלסט עס טוהן כדאי צו צאלען ווייניגער טעקס.

איי קענט סטרעס איט אינאף, סיז נישט נארמאל וויאזוי א אינדאסטרי האט זיך אזוי שטארק אריינגעזעהן אין אונזער קאמיונעטי און עס געט נישט גארנישט פארען מענטש.

ביטע מסביר זיין פארוואס איז האל לייף נישט גוט?

מיטוואך מאי 06, 2015 7:11 am

מטעמים ווי איז בעסער צו לייגן ס׳געלט אויב נישט אין לייף אינשורענס

מיטוואך מאי 06, 2015 2:41 pm

שוין געעוען לעצטענס א לענגערע שמועס דא ווי ס'איז די בעסטע פלאץ צו האלטן געלט, דאכצעך אז רוב עולם האט איינגעשטימט אז דאס ביי לייף אינשורענס.

מיטוואך מאי 06, 2015 4:08 pm

כ'מיין כ'האב שוין אמאל געשריבען דא דערוועגן און אזוי ווי סיז אנטקעגן די אנגענומענע מהלך פון רוב מענטשען בין איך נישט דער פאסיגער מענטש פאר אן אזויגערופענע דעבאטע.

כ'וועל שרייבען אלע חסרונות פון האל לייף און אלע מעלות עז וועל: אינשורענס איז נישט די ווארט דא, יעדער מענטש האט א חיוב צו קויפען טוירם אינשורענס צו שפייזען און חתונה מאכען זיינע קינדער, עס קאסט כמעט נישט ($300 א יאר) און מען קען לאקען פאר דרייסיג יאר וואס דאס איז בדרך כלל נאך א מענטש האט שוין חתונה געמאכט אלע אדער רוב קינדער.

האלייף איז געמאכט געווארען אריינצולייגען געלט און א פאליסי לאמיר זאגען סיז ריקווייערד פונעף טויזענט דאלער פאר צען יאר און פארט אויף די פעקעדזש געבן זיי דיר א טויטע גענאדע (דעד בענעפיט)

יעצט לאמיר זעהן וואס גישעהט מיט די געלט וואס גייט אריין אונעם פאליסי, די ערשטע איינס ביז דריי יאר (ווענד זיך וועלכע קאמפעני) גייט די געלט האלב צום אגענט און האלב צום קאמפעני! דאס מיינט ווען א מענטש נאך דריי יאר אריינצאלען אונעם פאליסי גייט ער זעהן אז די פאליסי איז ווייניגער ווערט ווי די עקשועל קעש ער האט אריינגעלייגט.
דאס מיינט האלטען און גמח וואלט זיך אדערווייל געלוינט.
יעצט, וואס געשעהט נאכדעם? די פאליסי פאנגט אן צו וואקסען זייער שטייט ביי א עוורידזש פון דריי ביז פונעף פראצענט.

יעצט לאמיר זעהן וואס געשעהט אויב וויל מען ארויסנעמען דאס געלט. אויב דו ווילסט נאך דיין פאליסי דאן "בארגסטו" ארויס דיין אייגען געלט. דאס מיינט דו באצאלסט אינטערעסט אויף דיין אייגען געלט. אמת אז די אינטערעסט איז קליין אבער רבש"ע סיז דאך מיין שווערע אפגעהארעוועטע פאר דאלער.

יעצט, לעפסען א פאליסי האט אנדערע פראבלעמען דו באצאלסט און געוויסע פלעצער א פענעלטי פארען ארויסנעמען דיין אייגען געלט, צווייטע פראבלעם דו דארפסט אויף די אינקאם באצאלען דיווידענט טעקס.

כ'וועל באלד ממשיך זיין...

מיטוואך מאי 06, 2015 4:58 pm

הרב מטעמים די אלע סיבות זענען זייער גוט ווען מען רעדט לייף אינשורענס ווס. 401k וכדו אבער ווען מען רעדט פון א יונגערמאן וואס לעבט אויף פראגראמען וואס שלאגט איר פאר אלס אן אלטערנאטיוו?

מיטוואך מאי 06, 2015 5:03 pm

מטעמים, האב'ך אזא פאלעסי. אפאר זאכן וואס דו זאגסט שטומען נישט מיינעך.

קודם דער אינטערסט רעיט איז מיינעך ביי זעקס-זיבן און נישט דריי-פינעף. דערנאך ווען מען בארגסט צאלט מען טאקע אבער מען צאלט ווייניגער ווי מען באקומט פון די אינטרעסט, און ווען מען בארגט פון די באנק העט מען ווען געצאלט סתם אזוי אינטערעסט.

דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:11 am

ווען איך האלט די געלט אין באנק אדער גמ"ח פאר פופצן צוואנציג יאר ביז מען מאכט חתונה די קינדער פארלירט עס די ווערט צוליב אינפלעישאן,

אבער טאמער לייג איך עס אריין אין א סטאק אדער מיוטשעל אינוועסטמענט קענעך טאקע פארדינען מער אבער אויך דערלייגן די הויזן

ממילא קוקט מיר אויס אז לייף אינשורענס איז גאר א גוטע פלאץ צו האלטן געלט

דאנערשטאג מאי 07, 2015 8:28 am

די נושא פון פארמעגן פלאצירונג (asset allocation) פארלאנגט א לענגערן ביאור איך פיל אז די איינציגסטע עדיוקעשן וואס דער היימישער עולם האט אין די נושא איז פון די אינשורענס אגענטן...
די פענע איז פול אבער ווי נעמט מען ישוב הדעת זיך צו מסדר זיין

דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:37 am

אברך האט געשריבן:די נושא פון פארמעגן פלאצירונג (asset allocation) פארלאנגט א לענגערן ביאור איך פיל אז די איינציגסטע עדיוקעשן וואס דער היימישער עולם האט אין די נושא איז פון די אינשורענס אגענטן...
די פענע איז פול אבער ווי נעמט מען ישוב הדעת זיך צו מסדר זיין

נעם נאר ביטע די ישוב הדעת ווי שנעלער לטובתנו!

זונטאג מאי 10, 2015 12:32 am

אברך האט געשריבן:הרב מטעמים די אלע סיבות זענען זייער גוט ווען מען רעדט לייף אינשורענס ווס. 401k וכדו אבער ווען מען רעדט פון א יונגערמאן וואס לעבט אויף פראגראמען וואס שלאגט איר פאר אלס אן אלטערנאטיוו?

לעבן אויף פראגראמען, אויף דעם ארויף האט מען שוין א סך גערעדט און געשריבען, איך בין אויך א לאנגע צייט געוועהן אויף גאווערמענט פראגרעמס, איך האב אויך (אווי אנדערע) געמיזט צוקימען דערצי, אבער איין זאך שטערט מיך דערוועגן, דארפסט עס האבען? פיין! מאך עס פאר א בדיעבד נישט פאר קיין לכתחילה! קוק דירר גיט ארום וויאזוי דו קענסט דיר אראפ זעהן דערפון.
טוה אלעס אינדערוועלט זאלסט נישט צאלען קיין טעקס אבער אויך נישט צו נעמען קיין גאווערמענט פאנדס סיז באמת א מיאוסע זאך.

יעצט לגבי וואס צו טוהן מיטען געלט וואס מען לייגט אוועק בעת מען באקומט גאווערמענט פראגרעמס??? די שאלה סאונד נישט לעגאל צו מיר עניוועי.

לייג און גמח מיט א ציהל צו קויפען א הויז אדער עפענען א ביזנעס, די צוויי זאכען זענען מער וויכטיג פאר א מענטש ווי איידער אינוועסטען די געלט און פלעצער וואס דו האסט ערענסטע פראבלעמען עס צוריק צו באקומען.

זונטאג מאי 10, 2015 12:44 am

קנאפער ידען האט געשריבן:מטעמים, האב'ך אזא פאלעסי. אפאר זאכן וואס דו זאגסט שטומען נישט מיינעך.

קודם דער אינטערסט רעיט איז מיינעך ביי זעקס-זיבן און נישט דריי-פינעף. דערנאך ווען מען בארגסט צאלט מען טאקע אבער מען צאלט ווייניגער ווי מען באקומט פון די אינטרעסט, און ווען מען בארגט פון די באנק העט מען ווען געצאלט סתם אזוי אינטערעסט.

איך האב שטארק הנאה פון דיר ווייל דו ווילסט באמת פארשטיין און אזעלכע מענטשען בדרך כלל קומען בעסער אן מיט געלט זאכען.

דיין ערשטע תירוץ דארפסטו מיך נישט האבען, קענסט עס אליינס נאכקוקען אונעם פאליסי. אז דו דארפסט העלפ וויאזוי עס צורעכענען פרעג מיך אואין אישי, עס ווענד זיך ווען און וויאזוי דו באצאלסט דיינע פעימענטס סיז אביסעל קאמפליצירט.

און דיין צווייטע קשיא ווייס איך פון צוויי יודען וואס באצאלען יא אינטערעסט, עס מיינט אז חוץ פון וואס די פאליסי קריעט אינקאם דארפסטו נאך צו צאלען.

מעא קשיות זענען וועלקאם!!!

זונטאג מאי 10, 2015 1:01 am

בערקא האט געשריבן:ווען איך האלט די געלט אין באנק אדער גמ"ח פאר פופצן צוואנציג יאר ביז מען מאכט חתונה די קינדער פארלירט עס די ווערט צוליב אינפלעישאן,

אבער טאמער לייג איך עס אריין אין א סטאק אדער מיוטשעל אינוועסטמענט קענעך טאקע פארדינען מער אבער אויך דערלייגן די הויזן

ממילא קוקט מיר אויס אז לייף אינשורענס איז גאר א גוטע פלאץ צו האלטן געלט


די ערשטע זאך איז אז לייף אינשורענס קאמפעניס לייגען אויך אריין זייער (דיין) געלט און סטאקס און אין מיוטשעל פאנדס, זיי זענען בדרך כלל מער עקספיריענסד אינוועסטערס.
סטאקס און מיוטשעל פאנדס איז שטארק רעקאמענדעד פאר א ריטייערמענט אינוועסטמענט און נישט פאר א שארט טוירם אינוועסטמענט ווי חתונה מאכען די קינדער.

אויב א מענטש האט איבעריג געלט זאל ער די ערשטע זאך ארבייטען אויף א אייגענע אויסגעצאלטע הויז אדער א אייגענע סוקסעספעל ביזנעס די זאכען איז בדוק ומנוסה אז עס ברענגט מער געלט ווי עס אריינלייגען און א לייף אינשורענס פאליסי.

אויב א מענטש האט שוין א אייגענע אויסגעצאלטע הויז "נאכען אפצאלען די גאנצע מארטגעדזש" און ער וויל מוראדיג שטארק ניצען לייף אינשורענס זאל ער וויסען אז דארף נישט מאכען קיין גרויסע פאליסי.
א הינדערט טויזענט דאלערדיגע פאליסי וואס מען צאלט איין צוויי מיט א האלב טויזענט דאלער פאר צען יאר וועט דיר ברענגען מער ריוח ווי א צוויי הינדערט טויזענט דאלערדיגע פאליסי.

ווי קלענער די פאליסי איז אלס א גרעסערע טשענס האסטו צו צאלען מער ווי די פאליסי ריקוויערד און דעמאלטס באקומט מען א גרעסערע ריוח.
שרייב א תגובה

Advertisement