בלאט 1 פון 1
ספראויטעד ספעלט חלות רעסעפי
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:34 pm
דורך green
עפטער פסח נאכווייען....
די קינדערלעך קריכן נאך דערווייל נישט ארויס פון די עפטער שאקס, האמיר זיי ארויפגעלייגט אויף א אנטי ווייץ דייעטע און עס הייבט אן צו שלאגן ווארצלן, זאכן הייבן זיך אן צו רירן, אבל דא קוקו אז עס קומט שבת קודש אויף דער וועלט און דאן וועלן זיי זיך נישט קענען איינהאלטן, איז פארגעקומען אנאסיפע און מען האט מחליט געוועהן צו מאכן א זיצונג... שבת ביים טיש אויף פיינע פרישע היימישע חלות מיט שליסלעך געמאכט פון "ספראויטעד ספעלט"
וויל איך בעטן עדווייס אויב איינער ווייסט פון א גוטע רעצעפט וואס וועט מאכן די טייג יערן ווי עס ברויך צו זיין און האבן א געשמאקע טעם
אויב מהעמיר קענען ארויסקריכן מיט א גוטע רעצעפט העמיר אי"ה סטיקן צו ספעלט חלות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:28 am
דורך אלף בית
אין די ״באלעבוסטע טשאוס קוק בוק״ איז דא זייער א גוטע רעסעפי פאר ספעלט חלות, מיין ב״ב מאכט שוין א לענגערע צייט ספעלט חלות מיט זייער רעסעפי. ס׳איז באמת זייער גוט. אבער ערווארט נישט אז די ערשטע מאל זאל עס גוט געלונגען.
איין וויכטיגע פונקט. ס׳ווענדט זיך שטארק אין די מעהל. כ׳האב מיך שוין איבערגעצייגט אז די מעהל פון איין גראסערי איז בעסער ווי א צווייטע.
אגב, זינט כ׳האב אנגעהויבן צו עסן שבת ספעלט חלות, שטיי איך אויף אסאך גרינגער שבת אינדערפרי און שבת נאכמיטאג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:39 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
אלף בית האט געשריבן:
אגב, זינט כ׳האב אנגעהויבן צו עסן שבת ספעלט חלות, שטיי איך אויף אסאך גרינגער שבת אינדערפרי און שבת נאכמיטאג.
ופשוט הוא,
מ'דארף אבער נישט טוישן צו ספעלט וועגן דעם, איך עס די לעצטע אנדערהאלבן יאר נאר איין (בעל בתי'שע) סלייס פער סעודה און איך שטיי אויף היינט צוטאגס שבת אינדערפרי 7 אזייגער אן קיין שום מידעקייט אין די צייט וואס בעפאר פלעג איך קיינמאל נישט הערן 'שוכן עד' פונעם בעל תפילה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:40 am
דורך green
א ריזיגן שכח פאר די אינפא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:44 am
דורך אלף בית
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:
אגב, זינט כ׳האב אנגעהויבן צו עסן שבת ספעלט חלות, שטיי איך אויף אסאך גרינגער שבת אינדערפרי און שבת נאכמיטאג.
ופשוט הוא,
מ'דארף אבער נישט טוישן צו ספעלט וועגן דעם, איך עס די לעצטע אנדערהאלבן יאר נאר איין (בעל בתי'שע) סלייס פער סעודה און איך שטיי אויף היינט צוטאגס שבת אינדערפרי 7 אזייגער אן קיין שום מידעקייט אין די צייט וואס בעפאר פלעג איך קיינמאל נישט הערן 'שוכן עד' פונעם בעל תפילה
ריכטיג, אז מ׳וויל קען מען טאקע ען נאר איין סלייס.
אבער מיר איז מער עונג שבת צו עסן מער. דעריבער ניץ איך ספעלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:52 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
וויאזוי איז עס אין טעיסט און פארגלייכונג צו רעג. חלות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:07 am
דורך אלף בית
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:וויאזוי איז עס אין טעיסט און פארגלייכונג צו רעג. חלות?
ס׳איז נישט שייך קלאר צו זאגן.
ס׳איז איז איינמאל זיכער אז ווייץ איז גרינגער צו מאכן, דעריבער וועט עס געלונגען בעסער ווי ספעלט.
אבער אויב מלערנט זיך אויס צו מאכן גוט די ספעלט, קען עס זיין ממש ענליך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:05 am
דורך טרעוולער
די סוד פון געלונגענע ספעלט חלות ליגט אין די פרישקייט פון די מעהל, פארדעם איז א נפקא מינה ווי איר קויפט דאס, בדוק ומנוסה.
די בעסטע איז, צו האלטן די מעהל אין פריזער, און ווען איר זיפ דאס לייגט דאס צוריק אין פריזער.
ס'געלונגט בעסערע חלות (ביי ספעלט) פון קאלטע מעהל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:27 am
דורך green
באקומען פון ידיד, העמיר עס קודם ארויפלייגן העמיר זעהן וויאזוי עס ארבעטסעך אויס
Only BEST FLOUR brand
5 lb flour
3 Oz yeast
4 cups warm water
3/4 cup sugar
1 cup oil
5 tsp salt
3 eggs
Mix in mixer for about 10 minutes [make sure the salt don't touch the yeast until mixing] leave stay for 15 minutes, then mix Again for 3-4 minutes
Leave it grow for an hour
פלעכטן After
, leave it for another 15 minutes
Bake on 350° for 40-50 minutes
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:32 am
דורך טרעוולער
בעסט פלאוער דארף אויך זיין פריש.
פרעגט אין גראסערי ווילאנג ס'ליגט שוין ביי זיי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:33 am
דורך green
טרעוולער האט געשריבן:בעסט פלאוער דארף אויך זיין פריש.
פרעגט אין גראסערי ווילאנג ס'ליגט שוין ביי זיי.
מען קען קויפן ביי זיי דירעקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:40 am
דורך טרעוולער
זיי דעליווערן ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:20 am
דורך משיח
מיר מאכן ספעלט חלות, די מעהל פון ווייס בעקעריי אין ב"פ, שטענדיג פריש, און זייער בעל מכשיר הרב פישער איז זייער שטרענג מיט זיפן די מעל אויף די שטערקסטע אופן וואס שייך.
די רעסעפי האב איך נישט, אויב ס'איז אינטערעסאנט קען איך בעטן ביים באלבאסטע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:22 am
דורך משיח
אגב, וואס מיינט ספראויטעד?
(ביי מיר נוצט מען ווייסע ספעלט מעהל)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:12 pm
דורך נישט
green האט געשריבן:טרעוולער האט געשריבן:בעסט פלאוער דארף אויך זיין פריש.
פרעגט אין גראסערי ווילאנג ס'ליגט שוין ביי זיי.
מען קען קויפן ביי זיי דירעקט
דא האט איר זייער וועבסייט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:18 pm
דורך farshlufen
סאנדער'ס בעקעריי אין ווילי פארקויפט ספעלט מעהל אין א פול ליין פריש געבאקענע ספעלט חלות און פראדוקטן פאר צוגענגליכע פרייזן.