בלאט 1 פון 1

ראשי מדריכים - העלפט און ווערט געהאלפן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:29 pm
דורך דע מה שתשיב
עס דערנענטערט זיך שוין דער זומער תשע"ה, און די ראשי המדריכים און אקטיוועטי דירעקטארן זענען שוין העפטיג פארנומען מיט די הכנות פאר די אכט פולע וואכן וואס זיי דארפן צושטעלן פאר די טייערע קינדערלעך. ותשועה ברוב יועץ. איז זייער א פאסיגע זאך צו עפענען אן אשכול פאר דעם צוועק, פון וועלכע די ראשי מדריכים און אפילו אזעלכע וועלכע פירן אן א דעי-קעמפ פראגראם אין קאנטריס אדער אנדערע קור-ערטער, זאלן קענען נאשן איינער פון אנדערן אינטערעסאנטע בייפעלער און פרישע ענטערטעינמעטס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:38 pm
דורך נישט געדאגה'ט
ווייסט איינער פון א סווימינג פול און מאנסי געגענט, וואס מקען ארויסדינגען?
עס זאל זיין גענוג גרויס פאר 40 עדאלטס.

שכח למפרע

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:42 pm
דורך דע מה שתשיב
פאפא - צוויי פולס, רגש, סאטמאר. זוכסט טיף אדער נישט? פאפא און סאטמאר גייען ביז פינף פיס, און זענען ריזיג גרויס. רגש איז קלענער, אבער טיף. ס'איז דא נאך איין, קעמפ מרקדין, וועלכע האט - אויסער עטליכע סווימינג-פולס - אויך שיפלען אין א קליינעם וואסערל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:40 am
דורך הערסטע?
זענען דא דעי-קעמפס אין קרית יואל? וויפיל וואכן וכו'?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:25 pm
דורך יאנקעלע קליגער
פאר אינגלעך נישט,
פאר מיידלעך 8 וואכן,!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:28 pm
דורך הערסטע?
א חידוש נורא
אין א צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז שוין איינגעפירט קייטנה/קעמפ/קאנטרי/וואקאנץ/האלידעיס, זיצן די קינדער אין קרית יואל גאנץ זומער ביי די חומש און גמרא ווי געווענליך?
איך בין נתפעל! וויאזוי באווייזט מען אזוינס און פארוואס איז עס אזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 1:24 pm
דורך תואר
הערסטע? האט געשריבן:א חידוש נורא
אין א צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז שוין איינגעפירט קייטנה/קעמפ/קאנטרי/וואקאנץ/האלידעיס, זיצן די קינדער אין קרית יואל גאנץ זומער ביי די חומש און גמרא ווי געווענליך?
איך בין נתפעל! וויאזוי באווייזט מען אזוינס און פארוואס איז עס אזוי?

כ'זע נישט די וואונדער, אז מ'האט עס נישט געהאט איינגעפירט ווייסן דאך נישט די קינדער אז ס'פעלט זיי עפעס, איז חודש תמוז פונקט ווי כסליו.
------------------------------------------------------------------------------
אמאל יארן צוריק איז דארט יא דאכצעך געווען קעמפ פאר די קינדער א האלבן זומער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:28 pm
דורך דע מה שתשיב
נישטא קיין צייטונגען דארט? נישטא קיין טעלעפאן ליינס? די קינדער האלטן נישט מיט וואס טוט זיך אין דער וועלט. כ'מיין, לאמיר זיך נישט נארן, היינט ווייסט דאך יעדער אלעס וואס טוט זיך איבעראל. האבן די קינדער טאקע גארנישט קיין אקטיוועטיס דארט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:30 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
זיי גייען שווימן יעדן טאג נאך חדר, נישט אזוי געפערליך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:38 pm
דורך יוראפ
תואר האט געשריבן:
הערסטע? האט געשריבן:א חידוש נורא
אין א צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז שוין איינגעפירט קייטנה/קעמפ/קאנטרי/וואקאנץ/האלידעיס, זיצן די קינדער אין קרית יואל גאנץ זומער ביי די חומש און גמרא ווי געווענליך?
איך בין נתפעל! וויאזוי באווייזט מען אזוינס און פארוואס איז עס אזוי?

כ'זע נישט די וואונדער, אז מ'האט עס נישט געהאט איינגעפירט ווייסן דאך נישט די קינדער אז ס'פעלט זיי עפעס, איז חודש תמוז פונקט ווי כסליו.
------------------------------------------------------------------------------
אמאל יארן צוריק איז דארט יא דאכצעך געווען קעמפ פאר די קינדער א האלבן זומער.

יעדע 2 וואכן זענען געפארן אנדערע כתות אין קעמפ [שוין בטל געווארן ניין?]

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:44 pm
דורך מי חכם
הערסטע? האט געשריבן:א חידוש נורא
אין א צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז שוין איינגעפירט קייטנה/קעמפ/קאנטרי/וואקאנץ/האלידעיס, זיצן די קינדער אין קרית יואל גאנץ זומער ביי די חומש און גמרא ווי געווענליך?
איך בין נתפעל! וויאזוי באווייזט מען אזוינס און פארוואס איז עס אזוי?


מאן יימר דאס איז א גוטע זאך? קינדער ברויכן האבן אביסל וואקאציע פונעם טאג טעגליכן רוטין, אפילו זיי זענען נישט קיין ערוואקסענע. מוז נישט זיין 9 וואכן, 2 צי 3 וואכן כנהוג באייראפע ובא"י איז אויך גענוג, אבער עפעס א ברעיק מעג / דארף מען האבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:43 pm
דורך your friend
מנהלים ביטע טוישן קעפל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:17 am
דורך הערסטע?
וואו קען מען קריגן סקריפטס פאר א מדריכים אדער קינדער פלעי? (אויב קען מען נישט אליין שרייבן, פארשטייט זיך)