בלאט 1 פון 1
איז דא איינער א ווערייזאן רעפרעזענטעטיוו??
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:30 pm
דורך ניק נקי
איך פרוביר שוין א גאנצן טאג אנצוקומען צו א ווערייזאן רעפרעזענטעטיוו אבער אן ערפאלג?
אלע נומערן און אפציע'ס פירן מיך פון איין אטאמאטיק אפטיילונג ביזן צווייטען און וחוזר חלילה אויסער צו עפעס א נארמאלן רעפרעזענטעטיו..
כ'בין שוין גרייט צו פארקוקן אפילו פאר אן אינדיאנער, באט אבי איינער וואס אטעמט..
האט איינער א עצה??? אדער אפשר גאר געפונט זיך דא איינער א רעפרעזענטעטיוו זאלער מיך ביטע קאנטעקטן אין אישי..
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:33 pm
דורך ניק נקי
אגב. יעצט פארשטייעך שוין פארוואס מ'קאן זיי אויך קאלן אין נישט נארמאלע ביזנעס שעה'ן..

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:37 pm
דורך בנימין
gethuman.com
דאס איז א וועבזייטל וואס העלפט מיט נומערן פון קאמפאניס, מען זאל קענען אנקומען צו א ילוד אשה
איך האב עס שוין כמה פעמים גענוצט מיט הצלחה
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:43 pm
דורך ניק נקי
שכח!
כ'בין שוין אויף האלד
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:44 pm
דורך בנימין הלוי
WOW
ש'כח בנימין! דאס קען גוט צוניצקומען
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 9:47 pm
דורך Alien
הערסט? ווילסט רעדען מיט א מענטש? נאוי פראבלעם. עס איז דא א סייט פארדעם!
סארא וועלט דאס?
מיין חבר רעדט זיך אפ אז ער קען נישט רעדן צו זיין ווייב. שוין ענדליך דא א לייזונג.
אמאל האט מען געפרעגט, וואס וועט זיין ווען די ראבאטס וועלען מאכן א אויפשטאנד איבער די מענטשען... רבותי, ס'צייט פאר א אויפשטאנד איבער די ראבאטס.
(איך ציטער, אפשר בין איך די איינציגסטע מענטש דא.
אדער אפשר דאס אויך נישט...)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 11:36 pm
דורך ווישוואש
נישט ערווארט אזא תגובה פון אן alien..
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 10:29 pm
דורך ניק נקי
כדי לקיים אל תמנע געב איך דא ארויס א שטיקל סוד איבער דעם ענין..
רענענדיג היינט מיט איינער פון די הויעכגעשעצטע רעפרעזענטעטובים, נאך א לענגערן שמועס נאכן אנקניפען נאנטע באציענגען האטער מיך אויסגעלערנט א כלל אין דעם ענין,
ער טאנעט אז אין עני אפטיילונג ביי ווערייזאן ווען מ'וויל אנקומען צו א רעפ. זאל מען דרוקן די לעצטע נומער וואס מ'האט געדיילט בעפארן stuck ווערן און בדוק ומנוסה אז מ'קומט אן צו א ילוד אשה.
אדרבה פרובירט אליין..
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 10:50 pm
דורך פינטל
צב"ש?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 10:58 pm
דורך ניק נקי
לאמיר אננעמען אז דו האסט געדארפט דרוקן 1 פאר עספאניאלע אפרימא אא"ו,
און דאן דערנאך בעטן זיי דיר א טעלעפאן נומער, אבער די לאדיך נישט,
נאר קוועטש דעים איינסער אנגאוינג ביז דו קומסט אן צום ציהל..
(כ'האף אז ס'איז צום פינטל...)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:03 am
דורך יוראפ
ניק נקי האט געשריבן:לאמיר אננעמען אז דו האסט געדארפט דרוקן 1 פאר עספאניאלע אפרימא אא"ו,
און דאן דערנאך בעטן זיי דיר א טעלעפאן נומער, אבער די לאדיך נישט,
נאר קוועטש דעים איינסער אנגאוינג ביז דו קומסט אן צום ציהל..
(כ'האף אז ס'איז צום פינטל...)
אין וועלכן אפטיילונג איז ער רעפערערעזנטוב אפשר לוינט זיך מיר אויך אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט אים?!