בלאט 1 פון 1

ווייסט עמיצער...? (סאפארי אין אמעריקע)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 7:46 pm
דורך דע מה שתשיב
וואו עס איז נאך דא א סאפארי דא אין אמעריקע - אויב בכלל - וואו די לייבן און בערן זענען נישט אין א שטייג? איך האב געזאגט מיינע קינדער איך וועל זיי אמאל נעמען צו אזא ארט, און איך זוך וואו ס'איז נאך דא אזוינס.

איך האב עס געעפנט פאר קורצע שאלות ותשובות פון אלע סארטן. אויב איז שוין דא אזא סארט אשכול, דאן ביטע דאס צונויפפלעכטן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 8:41 pm
דורך שוועמל
לייבן אינדרויסן מסתם נישטא אזא זאך אין די USA.

טריי Lion Country Safari אין וועסט פאלם ביטש, פלארידע

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 8:52 pm
דורך דע מה שתשיב
איך האב געליינט א צייט צוריק אין איינע פון די אידישע צייטונגען אז ... איז די לעצטע פלאץ וואו די לייבן זענען נאך אינדרויסן. איך קען זיך פשוט נישט דערמאנען וואו (איך האב עס געליינט און וואו עס איז)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 9:23 pm
דורך קנאפער ידען
לייבן אינדרויסן ווייסעך נישט, אבער כ'בין געווען אמאל אין קאנאדא אין א סאפארי וואו די מענטשן וואקן אין אזא פעטה וואס שטעקט זיך ארויס בערך האלב פון דער ערד, די שיפע ווענט און דער דאך איז גלאז, און העכער דעם און ארום זענען די שטייגן פאר די חיות טורפות - לייבן טיגער וכדו', וואףף איז דאס געווען א איבערלעבעניש ווען דער לייב האט געהויערט ממש אויפן גלאז העכער מיין קאפ!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 9:55 pm
דורך בעמבא
אין מיאמי איז אויך דא א זו וואו בלויז א גלאזענע וואנט איז דא צווישען די מענטשען און די לייבן.
גאר אינטערסאנט!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 10:29 pm
דורך ווישוואש
וואס איז מיט דעם?

דא איז אויך דא לייבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 12:57 pm
דורך yield
אין lion county safari west palm beach זענען זיי אויך פארשפארט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 3:13 pm
דורך יין המשומר
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב געליינט א צייט צוריק אין איינע פון די אידישע צייטונגען אז ... איז די לעצטע פלאץ וואו די לייבן זענען נאך אינדרויסן. איך קען זיך פשוט נישט דערמאנען וואו (איך האב עס געליינט און וואו עס איז)

ווייס איך נישט פון וואו איר רעדט אבער זייענדיג אמאל צוגאסט אין ענגלאנד האב איך באזוכט אזא סאפארי (געדענק איך נישט די נאמען אויפן מאמענט) וואו מען פארט מיט די אייגענע קאר צווישן לייבן, בערן, טיגערס און וועלף.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 3:39 pm
דורך אט אזוי
ווייסט איינער פין א גיטע פיינענשיל עדווייזער
ותודה למפרע

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:48 pm
דורך דע מה שתשיב
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס מען האט צוגעלייגט צום קעפל "(סאפארי אין אמעריקע)", ווען דער אשכול קען נוצן פאר יעדע סארט אינפארמאציע. ווייסט עמיצער... וויפיל עס דארף צו קאסטן א...? וואו מען קען באקומען א...? ווער עס איז געווען דער ערשטער...? ווען עס וועט זיין...? וכו' וכו' וכו'
פארוואס עפענען אן אשכול פאר יעדע קליינע פראגע.
איך מיין אז מען זאל אראפנעמען די איינגערינגלטע.

אויסער אויב ס'איז שוין דא אזא סארט אשכול מיט אן אנדערע קעפל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:48 pm
דורך לכאורה
און איך ווייס נישט וואס אזא אשכול זוכט אין היימישע קרעטשמע, עס קומט אין איש את רעהו יעזורו / ולאחיו יאמר חזק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:50 pm
דורך דע מה שתשיב
נו, פאר דעם זענען דאך דא די אחראים... נישט אומזיסט צאלט מען זיי...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:24 pm
דורך געלעגער
מיין טשעק האט געקלערט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:03 pm
דורך נשמה
געלעגער האט געשריבן:מיין טשעק האט געקלערט



:-)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 11:58 am
דורך הערסטע?
די נומער פון 'רוח החיים' פארוואלטונג אין קרית יואל? פאר די פארק