בלאט 1 פון 1
אן אויוון פאר ערב פסח
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:25 pm
דורך יידישע קהילות
ווייסט איינער וויאזוי מ'קען בויען, צוזאמשטעלן דינגען א קליין אייוועלע, בלויז פארן באנוץ פאר ער"פ מצות פאר א משפחה פריוואט (ד.מ. אז מ'דארף נישט מער ווי 6 אדער 12 מצות).
איך האב געהערט אז עס איז דא מענטשן וואס טוהן דאס. איך וויל מער פרטים.
איז דא פאטענטן אויף דעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:50 pm
דורך שמו
חברי, לוקח התנור שהשתמש בו כל השנה (אם יש מיוחד לפסח וודאי עדיפא), ומדליקה ריקן על 450 למשך שעה, אח"כ מכניס תבנית (בעקעל"ע בלע"ז) מלאה מים, על עוד שעה על 450 מעלות
אח"כ מכניס בלטה (באלאטע, טיי"ל של אבן בלע"ז), ואופה מצה מצה לעצמה, כאשר התנור מוחם על הגובה המקסימלי, כך אופה במשך שעתיים מצות המספקת לו לכל הפסח
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:14 pm
דורך וואו דען?
וואס פעלט אויס א בעקעלע וואסער?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:16 pm
דורך יהיה כן
יא, וייסעך נאך איינער וואס באקט מצות ער"פ אין גאז אויבן אין קיך
דארף מען יענעם פרעגן מער פרטים, (אדער דער שואל דא זאל אים פרעגן)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:22 pm
דורך יידישע קהילות
דער שואל דא ווייסט נישט וועמען צו פרעגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:22 pm
דורך שמו
וואו דען? האט געשריבן:וואס פעלט אויס א בעקעלע וואסער?
ס'זאל בעסער אויסקאכן דעם אויבן (כך הבנתי ממנו)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:31 pm
דורך יהיה כן
יידישע קהילות האט געשריבן:דער שואל דא ווייסט נישט וועמען צו פרעגן.
כ'קען זאגן באישי
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:52 pm
דורך פאמיליעמירעלס
ואני שמעתי פעם שליבון נמדד ב900 מדת חום F^
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:18 am
דורך יואל שווארטץ
נו, 450+450=900...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:49 pm
דורך יידישע קהילות
באישי. נישט זיכער צו ער זאגט מסברא אדער פון פראקטיק.
כדי צו באקען אינדערהיים, דארף מען זיך איינהאנדלען סעראמיק טיילס, מען לייגט עס אין אויווען אויף א שעה די העסטע גראד.
מען קען קויפען אפאר פונט פסח'דיגע מעל אין א מצה בעקעריי, זיי צאלען דערפאר בערך הונדרעט דאלאר פאר א זאק מעל. א זאק דארף צו זיין אכציג צו הונדרעט פונט.
וואסער קען מען שעפען אין די בעקערייען (היי יאר איז דא נייע רעגיולעישען'ס אין דעם ענין) אפילו אפאר טעג פריער. מען קען קויפען אין לאמבער יארד רונדעכדיגע שטעקענעס פאר וואלגער העלצער.
מען דארף קופען א זיי כלי ארויסצנעמען די מצות פין אויווען אין הארדרווער אדער 99 סענט סטאר.
מען דארף קויפען די ספעציעלע רעדלערס פין ארץ ישראל געמאכט פין פלעסטיק בערך דריי פיר שטיק, פאר יעדעס אכצען מינוט איינס.
און מען שטעלט זיך ביים קיטשען טיש מיט דער ווייב און די בר און בת מצוה קינדער, און מען נעמט זיך באקען. ביז א שעה קען מען האבען צוואנציג מצות זיכער.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:05 pm
דורך בערקא
איך האב א חבר וואס באקט שוין אזוי ערב פסח מצות פאר זיך עטליכע יאר נאכאנאנד, מיט סוקסעס
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:08 pm
דורך יידישע קהילות
ווי הייס מאכט ער דעם אויוון? סעלף קליען?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 07, 2015 1:26 pm
דורך בערקא
פסחיגע אויוון
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 08, 2015 11:30 am
דורך maybeeynot
די מצות ווערן אפ געבאקן איידער די שיעור חימוץ פון ווען מהאט עס איינגעקנעטן?