בלאט 1 פון 1

ווער רייניגט קארס לאקאל אין וויליאמסבורג?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:15 am
דורך ללמוד וללמד
איך ווייס עס זענען דא צעטלעך איבעראל, אבער איך האב פערצופעל פונקט נישט געטראפן א נאמבער. קען מיר איינער העלפן מיט א נומער פון איינע פון די היימישע וואס רייניגען קארס אויף פסח אין וויליאמבורג?
יישר כחכם

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:50 am
דורך מאנ-יימער
משה'ס ריפעיר שאפ אויף פען ביי ווייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:59 am
דורך הורוויץ
מאנ-יימער האט געשריבן:משה'ס ריפעיר שאפ אויף פען ביי ווייט.


נעמט שוין נישט אן בעפאר פסח. ווייסט איינער פון נאך א פלאץ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 6:23 pm
דורך ללמוד וללמד
הורוויץ האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:משה'ס ריפעיר שאפ אויף פען ביי ווייט.


נעמט שוין נישט אן בעפאר פסח. ווייסט איינער פון נאך א פלאץ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:54 pm
דורך כאפצעם
דאכצעך אז די לאקאלע קאר וואשערס טוען דאס.

כהאב געהערט אויף יוניען ביי סאוט 4 סטריט איז דא א קאר וואש וואס מאכט א פיינע קלינינג זשאב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:07 am
דורך פאפענדעקל
גענוצט מאנהעטן קאר וואש ביי פלעטבוש עוויניו און מיורטל זייער פיינע דזאב געמאכט.

אז מברענגט מיט דעם עד פון שאפפערס ראוט קען מען שפארן א פופציגער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:04 pm
דורך גענעראל
פארק קארנער וואלווארט איז דא א גוי וואס מאכט קאר וואש

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:03 pm
דורך ללמוד וללמד
גענעראל האט געשריבן:פארק קארנער וואלווארט איז דא א גוי וואס מאכט קאר וואש פאר פסח

יישר כחכם!
מיר זענען דארט געוועהן. ב"ה ער נעמט נאך אן. גוט צו וואוסן אז מען קען מיט איהם גרונג האנדלען. ער האט מיר געבעטן קודם $160 און כ'האב אראפגעהאנדלט אויף $135. איך דענק עס איז גאנץ גוט פאר צוויי טעג ביפאר יו"ט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:06 pm
דורך גענעראל
דאכט זיך ער איז דארט א גאנץ יאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:21 am
דורך מי אני
Park slope 4ave corner 1st is doing a very good job I was there today for $110

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:04 am
דורך כאפצעם
געווען ביי יוניען עוו. קאר. סאוט 4, באקומען א קאר וואש מיט א פול קאר קלינינג סערוויס פאר $20 אלעס אינאיינעם.