בלאט 1 פון 1

שריפת חלה אין ק"י

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 7:47 am
דורך גליון
דינסטאג - איך וויל וויסן וואו מ'קען נאך היינט פארברענען חלה?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 8:13 am
דורך פוטער
גם אני מטצרף, איך וויל וויכטיג וויסען ווי מען נאך היינט אריינגעבען די חלה צו פארברענען??

יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:18 am
דורך נא_שכל
פוטער האט געשריבן:גם אני מטצרף, איך וויל וויכטיג וויסען ווי מען נאך היינט אריינגעבען די חלה צו פארברענען??

יישר כח למפרע


קרית יואל איז דאך א אידישע שטאט, אז עס איז אזוי וויכטיג גיי ארויס ביי דיר אין חצר און פארברען עס. שעמסט זיך צו טון א מצוה?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:23 am
דורך פוטער
איך שעם זיך בכלל נישט, נאר איך דארף נישט קיין דראמא ביי מיר אין חצר...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:52 am
דורך נא_שכל
עס ברענגט נישט קיין דראמא, אז די האסט מורא "מצילי אש" העט אנקומען, פארבינד זיך מיט זיי פון פארדעם זאג זיי אז עס איז נאר חלה, ביינוז אין ווילאמסבורג האמיר שוין עטליכע מאל פארברענט אין חצר, אן דראמא.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:01 am
דורך גליון
נא שכל, אויך מיר בושה, כ'האב געבעטן א מקום וזמן וואו מ'קען דאס טוהן אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן, איר ווייסט? לאזט אונז וויסן, איר ווייסט נישט, איר שעמט זיך צו זאגן אז איר ווייסט נישט?...

כ'האב עטליכע שיעורי חלה, עס נעמט לאנג צו פארברענען דורך און דורך, אשר ע"כ איז עס נישט פראקטיש צו טוהן אליין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:07 am
דורך אבי.גערעדט
געהערט האב איך זונטאג אז דער אבני צדק שמש נעמט נאך, קענסט טרייען

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:52 am
דורך פאטאקי08
וואס איז שלעכט ערב פסח?
לעצטענס מאכט מען נאר גאר גרויסע פייערס און דאס דארף זיין פונקט גוט פאר חלה, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 12:22 pm
דורך פוטער
ליודיעת הציבור:

מען קען טראגען חלה צום פאברענען ביי טארים אויף 7 קאריץ #101 - ביז היינט נאכט 10 אזייגער,

לויט ווי איך פארשטיי פיקט ער אויף חלה א גאנץ יאר, זיין נומבער איז 845.537.1100

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 2:47 pm
דורך גליון
א גרויסן דאנק