בלאט 1 פון 1

Melatonin כשר לפסח

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:37 pm
דורך בנימין הלוי
... כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן. יכול מבעוד יום, תלמוד לומר ביום ההוא... ערב יו"ט דארפן די קינדערלעך וויכטיג שלאפן. וויל איך וויסן אויב ס'איז דא מעלאטאנין כשר לפסח

יישר כחכם

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:41 pm
דורך קליינקעפיק
געזען נעכטן ביי corner pharmacy
Melatonin free

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 9:21 pm
דורך אינוועסטער
מיר האט דער דיין שליט״א גע'פסק'נט אז אויב דארף מען עס האבן קען מען מען עס נוצן, סיי קינדער און סיי עלטערע.

FYI עס איז נישט קיין שאלה פון חמץ, עס איז קטניות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:16 pm
דורך עקבי הצאן
אינוועסטער האט געשריבן:מיר האט דער דיין שליט״א גע'פסק'נט אז אויב דארף מען עס האבן קען מען מען עס נוצן, סיי קינדער און סיי עלטערע.

FYI עס איז נישט קיין שאלה פון חמץ, עס איז קטניות.

זייער אינטרעסאנט, סתם לצורך קצת זאל מען מתיר זיין קטניות???

מילא פאר א קליין קינד וואס קען נישט עסן עפעס אנדערשט איז מען מתיר, אבער פאר פראקטישקייט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:23 pm
דורך אינוועסטער
פון ווי נעמט איר דעם "לצורך קצת"?

עניוועיס: עס איז טאקע נישט שייך צו פסק'ן פאר א צווייטען, קאונסאלט יור לאקעל ראביי

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:31 pm
דורך בנימין הלוי
דער דיין האט מתיר געווען אויך אום פסח אדער נאר ערב פסח?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:38 pm
דורך green
להוי ידיעה, טשעריס איז פיל מיט מעלעטאנים, פאר די וואס על, עסן דאס פסח איז עס א גוטע אלטערניטיוו

איך נוץ נאר דאס אגאנץ יאר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:47 pm
דורך אינוועסטער
בנימין הלוי האט געשריבן:דער דיין האט מתיר געווען אויך אום פסח אדער נאר ערב פסח?


ניין מיין פריינד,

אום סאמען הייליגן יו"ט פסח האט מען גערעדט.

וואס קלערסטו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 10:57 pm
דורך גערעכטער
green האט געשריבן:להוי ידיעה, טשעריס איז פיל מיט מעלעטאנים, פאר די וואס על, עסן דאס פסח איז עס א גוטע אלטערניטיוו

איך נוץ נאר דאס אגאנץ יאר

יא טשעריס האט די מערסטע, אבער מ'קען אויך ניצן 'וואלנאטס' 'טאמעטעס' אדער א לעפל 'פלעקסידס', אלע האבן א היבשע דאהז.