בלאט 1 פון 1

וחי אחיך עמך

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2015 11:33 pm
דורך געוואלדיק
וחי אחיך עמך אזוי ווי לעצטענס איז דער קויפן אנליין געווארן כמעט אדער ממש דער נומער איינס פון קויפן חפצים, דעריבער וואלט כדאי געווען צו איבערגעבן איינעם דעם אנדערן די נעמען פון אידישע ביזנעסער אנליין און אויך נעמען פון אידישע פארקויפער אויף "אמאזאן" אדער איבעי, כדאי ווען מזעהט פון א חפץ די זעלבע םרייז אדער אמאל אפילו מער זאל מען נאך אלץ האבן די זכי' צו מקיים זיין דעם וחי אחיך עמך

איך האב לעצטענס געקויפט סחורה און געוואר געווארן אז מיינס א ידיד פארקויפט דאס אונטער א געוויסע נאמען אויף אמאזאן
דעריבער וויל איך פארלייגן פאר די איי וועלט שרייבער אז ווער עס האט נעמען פון פירמעס ובפרט אידישע נעמען אונטער אמאזאן וכדומה זאל עס דא מגיב זיין אזוי ארום וועט מען מקיים זיין א מצות עשה דאורייתא

(אבער כמיין מדארף פרעגן יענעם בעפאר ווייל אפשר איז ווער סהאט א אינטערעסע נישט צו זיין אין פובליק וכו')

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2015 11:54 pm
דורך אני מאמין
זייער א גוטע געדאנק, פארשטייט זיך מיט יענעמ'ס רשות.

א זייטיגע טובות הנאה, ווען מ'דילט מיט א איד האט מען מיט וועם צו רעדן ביי א פראבלעם, ער וועט דיר גערן העלפן, משא"כ א גוי.

כ'ווייס אז מאנכע וועלן זאגן אז עס פארקערט, און דער גוי האט בעסערע קאסטומער סערוויס ווי דער איד, אבער לענ"ד איז פארקערט.

צוריק צום ענין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 12:30 am
דורך ווישוואש
אני מאמין האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק, פארשטייט זיך מיט יענעמ'ס רשות.


No need to write who the seller is, just his store name

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 12:42 am
דורך מחותן
רוב אידן ווען איך קען פון די לייען זענענן - לכאורה - נישט אינטערסירט און וועלן - לכאורה - נישט וועלן אז מען זאל זיי דערמאנען דא, ניטאמאל ברמיזה.

עס איז נישט ווערט אפילו אז עס זאל ווען אריינברענגן נעט פראפיט 7 - 8K א יאר, כ״ש וכ״ש אז עס גייט כמעט גארנישט ברענגען, נאר סתם מישען ביי יענעם אין טאפ..

לדעתי איז די אשכול איבריג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 1:46 am
דורך געוואלדיק
אויב אלע וואס האבן אמאזאן סטארס אד"ג ווערן אנגעפרעגט און האלטן ווי מחותן דארף מען טאקע שפארן דעם אשכול אויב אבער איז וועלכע זענען מסכים איז גוט צו מפרסם זיין לקיים המצוה דאורייתא

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 1:47 am
דורך געוואלדיק
ווישוואש האט געשריבן:
אני מאמין האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק, פארשטייט זיך מיט יענעמ'ס רשות.


No need to write who the seller is, just his store name


מרעדט דאך פון דעם אוודאי נישט יענעם נאמען נאר בכלליות אז סאיז א איד

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 6:56 am
דורך גוגל
רט מחותן, כמיין מען האט שוין אמאל אויפגעברענגט די געדאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 7:23 am
דורך געלעגער
ס'איז א באשלוס וואס יעדע סעלער קען מאכן. דאס מאכט נאכנישט דעם אשכול איבריג

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2015 4:17 pm
דורך אלטן דור