בלאט 1 פון 1

פארשטאפטע סינק

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 1:40 pm
דורך קארן טשיפ
מיין סינק וואסער גייט אראפ זייער שטייט, איך האב שוין געטרייט צי סנעקן אביסעל, שוין אריינגעגאסן די קעמיקל וואס דארף אראפ שווענקן אויב עפעס איז אנגעלייגט.
איז דא נאך עפעס וואס איך קען טרייען פאר איך ריף א פלאמבער?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 1:50 pm
דורך טרעפיק לייט
ניץ GLUG drain opener מקען עס קויפן א פלאמביגן סאפליי. סארבעט פיין.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 1:53 pm
דורך קנאפער ידען
קארן טשיפ האט געשריבן:מיין סינק וואסער גייט אראפ זייער שטייט, איך האב שוין געטרייט צי סנעקן אביסעל, שוין אריינגעגאסן די קעמיקל וואס דארף אראפ שווענקן אויב עפעס איז אנגעלייגט.
איז דא נאך עפעס וואס איך קען טרייען פאר איך ריף א פלאמבער?

איך האב שוין עטליכע מאל אליין געעפענט די פייפס און ארויסגענומען ימים פון שמוץ גרויסע און קליינע. פרוביר עס אויס. דאס וועט אבער נאר ארבעטן אויב עס איז נישט צו טיף אריין דער עיקר פראבלעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 1:58 pm
דורך קארן טשיפ
ש'כח
עמער טרייען

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 2:59 pm
דורך דל גאה
אז מרעד שוין איך האב א פראבלעם אז די וואסער פון מיין סינק גייט זייער שטייט , איז דא עפעס א עצה ??

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 3:01 pm
דורך טרעפיק לייט
פרישע וואסער?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 3:31 pm
דורך דל גאה
זיי מסביר

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 3:37 pm
דורך טרעפיק לייט
דל גאה האט געשריבן:אז מרעד שוין איך האב א פראבלעם אז די וואסער פון מיין סינק גייט זייער שטייט , איז דא עפעס א עצה ??

פון די פאסעט (קראן) אדער אראפ די דרעין?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 4:24 pm
דורך שוועמל
דא האט מען גערעדט פון א וואנע, אפשר וועסטו טרעפן הילף
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=15424

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 5:15 pm
דורך דל גאה
פונעם פאסעט

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2015 5:27 pm
דורך שוועמל
דל גאה האט געשריבן:פונעם פאסעט

פלעגט עס אמאל יא גוט זיין?
דאן איז די פרעשור נישט קיין פראבלעם. פרוביר אראפשרויפן דעם עירעטאר ביים שפיץ פון פאוסעט (דאס וואס מען טוישט פסח), צינד אן די סינק און טעסט אויב די שטראם איז דעמאלט יא גוט.
אויב יא איז די עירעטאר שמוציג, קלין עס גוט אויס און לייג עס צוריק.

אויב די שטראם איז דאן נישט גוט, טשעק די וואלוו צי איז נאר האלב אפען.
אויב אינגאנצן אפען, און נאכאלץ נישט קיין פרעשור אפילו אנעם עירעטאר, דאן רוף א פלאמער טשעקן די ליינס.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 21, 2015 8:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
דל גאה האט געשריבן:אז מרעד שוין איך האב א פראבלעם אז די וואסער פון מיין סינק גייט זייער שטייט , איז דא עפעס א עצה ??

אויב איז עס נאר די צייט, איז עס א נארמאלע זאך, ווייל די וואסער וואס קומט יעצט אריין איז שמוציג צוליב דעם וואס די שניי פון ווינטער ארום די רעזעווארן צולאזען זיך די טעג.

אויב איז עס בכלל א פראבלעם, איז עס בפשטות צוליב א "וואסער קאנטראל" וואס ליגט אריין געלייגט אינעם שטיקל וואס מען שרויפט ארויף אויפן סינק דארט ווי די וואסער קומט ארויס. די נעץ. עפען יענץ אויף, וועסטו זעהן א זילבערנע רינדיגע אייזען מיט א קליינע לאך אינדערמיט, נעם יענץ ארויס און עס וועט רינען בעסער.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 21, 2015 9:20 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
קארן טשיפ האט געשריבן:מיין סינק וואסער גייט אראפ זייער שטייט, איך האב שוין געטרייט צי סנעקן אביסעל, שוין אריינגעגאסן די קעמיקל וואס דארף אראפ שווענקן אויב עפעס איז אנגעלייגט.
איז דא נאך עפעס וואס איך קען טרייען פאר איך ריף א פלאמבער?

אנשטאט רופן א פלאמבער וואס וועט קאסטן מינימום $65 און קען אנקומען ביז $150 קויף אליינס(אויב דו פארמאגסט נאכנישט) 2 רענזדשעס (נישט קיין צווענגלעך) פאר $12 א שטיק, צונעם די פייפס אינטער די סינק וועסט ארויסשלעפן אוצרות מיט שמוץ, בדוק ומנוסה...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 4:36 pm
דורך מאנ-יימער
קארן טשיפ האט געשריבן:מיין סינק וואסער גייט אראפ זייער שטייט, איך האב שוין געטרייט צי סנעקן אביסעל, שוין אריינגעגאסן די קעמיקל וואס דארף אראפ שווענקן אויב עפעס איז אנגעלייגט.
איז דא נאך עפעס וואס איך קען טרייען פאר איך ריף א פלאמבער?

גיב אהאכט ביים ניצן די שארפע כעמיקאל זאסט נישט אויסקוקן ווי צייטליך

viewtopic.php?f=3&t=4553

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2015 8:57 pm
דורך שנאפס
האמיר נעכטן אריינגעצאלט 65 פאר א סוער קלינער..., די שמוץ איז געווען אסאך טיפער ווי די פייפס אונטערן סינק