בלאט 1 פון 2

וואו איז מער סעיף צו האלטן געלט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:03 pm
דורך א פיינע מענטש
ווי איז מער סעיף צו האלטן געלט? אין א סעיף אינדערהיים, אדער אין א גמ"ח?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
כספים אין להם שמירה אלא בקרקע

אבער לגבי דיין שאלה איז זיכער ענדערש אין א סעיף אינדערהיים ווי אין א גמ"ח.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:06 pm
דורך אַבּערוואַס
לעולם ישליש אדם מעותיו....

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:15 pm
דורך גערעכטער
ס'דא א סברא לכאן ולכאן, אויב ביסטו (אדער דיין ב''ב) איינער וואס ווען מ'האט געלט הענדי איז נישטא אין דעם קיין סימן ברכה.. דאן קומט עס אין גמ''ח (אויב נישט אין באנק.). ואם איז עס נישט 'בגזירת כליון' אינדערהיים איז אודאי בעסער אין א סעיף אינדערהיים (אינטערן מאטראץ בלע''ז).

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:17 pm
דורך מגיה
סעיף פון פייער, גניבה, פארפלייצונג, קינדער וכדו', איז מסתמא מער פארזיכערט אין א גמ"ח.
סעיף פון פרעמדע אויגן, איז מסתמא מער פארזיכערט אינדערהיים (ווייל גמ"ח האט מער שאנסן אז די רעגירונג וועט וועלן נאכקוקן איינע פון די אלע גמח אקאונטס, אדער די עצם גמ"ח, און דעמאלט קען זיין וועט מען דיינס אויך נאכקוקן. און דער עבר איז אן עדות אז עס קען פאסירן).
למעשה: השתדלות טוסטו מיט ביידן, ממילא זענען ביידע גענוג גוט, און דאס וואס איז באשערט וועט סייווי פאסירן. דעריבער דארף דער גמ"ח איבערוועגן, ווייל דארט וועסטו כאטש אויך אנזאמלען מצוות פון גמילות חסדים. נאך א באנוס וואס קען זיין אין גמ"ח, אז דארט וועסטו עס אפשר נישט אזוי גרינג צורירן ווי ווען עס ליגט אוועקגעלייגט אין גמ"ח.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:26 pm
דורך א פיינע מענטש
מגיה האט געשריבן:סעיף פון פייער, גניבה, פארפלייצונג, קינדער וכדו', איז מסתמא מער פארזיכערט אין א גמ"ח.
.

יא דאס איז מיין שאלה. פארוואס איז א גמ"ח בעסער ווי גיטע שטארקע סעיף ?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:42 pm
דורך ליידיג גייער
ווי סעיף איז קעש אין א (גוטע שטארקע) סעיף פון א גניבה?
אין די גויאישע גאס הייסטעס אז אז גנבים דארפן נאר וויסן די פלאץ פון די סעיף און די איבעריגע איז היסטאריע.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:42 pm
דורך מגיה
קודם כל, איך גלייב אז דער סעיף פון גמח איז פיל בעסער ווי דיינס, ווייל זיי האלטן דאך דארט פיל מער געלט ווי דו קענסט האלטן. און לאו דוקא די סעיף, נאר בכלל, וויבאלד זיי האנדלען מיט צענדליגער טויזנטער, קענסטו זיך פארשטעלן אז זיי נעמען אן פיל מער באווארענונגס מיטלעך אז די געלט זאל זיין הונדערט פראצענט פארזיכערט.
באמת איז עס אבער סייווי בעיקר נישט אין קיין סעיף, נאר אין א באנק אקאונט. און א באנק איז מער פארזיכערט, און אפילו אינשורד, ווי ביי דיר אינדערהיים.
סך הכל: איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז קיינער האט נאכנישט פארלוירן זיין געלט אין א גמ"ח (ווען יא, ווער וואלט זיי דען געטראסט צו האלטן זייער געלט), בשעת אינדערהיים האט זיך שוין געמאכט אז מענטשן האבן פארלוירן זייער געלט צוליב איין סיבה אדער א צווייטע. אויב איז דאס אמת, קומט אויס אז קוקנדיג אויף די נומערן איז א גמ"ח מער פארזיכערט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:47 pm
דורך אט אזוי
קלויזנבורג גמח האט געהייסן גאר א שטארקע גמח און מענטשן האבן געהלטן שווערע געלטער דארט פין איין טאג אויפן צווייטן האט זיך עס פארמאכט איבערלאזנדיג מענטשן נקי מכל

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:24 pm
דורך קנאפער ידען
מגיה האט געשריבן:סך הכל: איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז קיינער האט נאכנישט פארלוירן זיין געלט אין א גמ"ח (ווען יא, ווער וואלט זיי דען געטראסט צו האלטן זייער געלט), בשעת אינדערהיים האט זיך שוין געמאכט אז מענטשן האבן פארלוירן זייער געלט צוליב איין סיבה אדער א צווייטע. אויב איז דאס אמת, קומט אויס אז קוקנדיג אויף די נומערן איז א גמ"ח מער פארזיכערט.

איך - און נאך אסאך אנדערע - האב שוין פארלוירן א שיינע ביסל גרענדס אין א גמ"ח. א סעיף אינדערהיים איז טאקע אויכעט נישט ווייסעך ווי סעיף.
דער מערסט-סעיף פלאץ איז לכאורה א סעיף-דיפאזיט באקס אין באנק.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:25 pm
דורך יידישע קהילות
מסתבר צו פונאנדערטיילן דאס געלט צווישן עטליכע גמחי"ם, און אויך אויף א מקום משומר אינדערהיים/ביי א קרוב.
(ביטע געדענקט וואו איר האט געלייגט דעם צעטל מיט די חשבונות...)

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:42 pm
דורך מגיה
אויב אזוי אז ענק זאגן אז גמ"ח'ן איז שוין קלאר געווען פעלער וואו מען האט דערלייגט דאס געלט, דעמאלט צי איך צוריק.
מיין שאלה איז, וויאזוי טוען זיי טויזנטער אידן (ואני בתוכם) געטרויען מיט מיליאנען דאלארן?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:44 pm
דורך קנאפער ידען
מגיה האט געשריבן:אויב אזוי אז ענק זאגן אז גמ"ח'ן איז שוין קלאר געווען פעלער וואו מען האט דערלייגט דאס געלט, דעמאלט צי איך צוריק.
מיין שאלה איז, וויאזוי טוען זיי טויזנטער אידן (ואני בתוכם) געטרויען מיט מיליאנען דאלארן?

וואס מיינסטו וויאזוי? ווייל מען האט נישט צופיל אנדערע אויסוועגן. אין באנק ווילסטו עס נישט לייגן, אינדערהיים איז עס נישט צופיל סעיפער. רוב גמחי"ם בלייבן דאך יא שטיין. און מען טוט נאך צודערזייט א מצוה מיט די געלט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:51 pm
דורך מי חכם
דארט איז געווען א אינוועסטיגעישאן, דוכט זיך די רעגירונג האט כעפרוירן דאס געלט, אבער מסתבר אז עווענטועל וועלן זיי עס אויף לאזן...

איז שוין געווען אמאל אז מען האט פארלוירן אין א גמ"ח געלט צוליב אן אנדערע סיבה?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:52 pm
דורך קנאפער ידען
מי חכם האט געשריבן:איז שוין געווען אמאל אז מען האט פארלוירן אין א גמ"ח געלט צוליב אן אנדערע סיבה?

יא, בדידי הוה עובדא. יענער גמ"ח האט מיינעך פארלוירן געלט ביים אינוועסטירן. אסאך גמחי"ם אינוועסטירן עפעס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:58 pm
דורך ווישוואש
קעש אין א סעיף דעפאזיט באקס איז לעגאל?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 8:01 pm
דורך קנאפער ידען
ווישוואש האט געשריבן:קעש אין א סעיף דעפאזיט באקס איז לעגאל?

פון דא איז משמע אז עס איז נישט קיין פראבלעם.

און דא שטייט: While federal law does not specifically prohibit the storage of cash with in a safe deposit box, some banks might.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 9:22 pm
דורך ?אפשרטאקע
איך האב אמאל געהערט אז די רעגירונג קען פארלאנגען אז דער באנק זאל ווייזן וואס עס ליגט אינעווייניג. איז עס אמת?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 9:25 pm
דורך קנאפער ידען
?אפשרטאקע האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די רעגירונג קען פארלאנגען אז דער באנק זאל ווייזן וואס עס ליגט אינעווייניג. איז עס אמת?

כ'מיין אז פארלאנגען פונעם באנק קענען זיי נישט, אבער מיט א קארט ארדער קענען זיי עס אויפברעכן.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:36 pm
דורך כרם
מגיה האט געשריבן: און א באנק איז מער פארזיכערט, און אפילו אינשורד,

סתם פאר אינטערעסאנטקייט "עפ די איי סי" אינשורד ביי די גאווערמענט און קעיס די באנק גייט פייפען האט די גאווערמענט ניין און ניינציג יאר צייט צו באצאלן די געלט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:40 pm
דורך גוגל
די בעסטע איז צו פארבארגן פריוואט פאר חבירים און ידידים

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:29 pm
דורך ווישוואש
גוגל האט געשריבן:די בעסטע איז צו פארבארגן פריוואט פאר חבירים און ידידים

מיינע חברים און ידידים האלטן אויך אזוי.. איך נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:36 pm
דורך בנימין הלוי
ווישוואש האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:די בעסטע איז צו פארבארגן פריוואט פאר חבירים און ידידים

מיינע חברים און ידידים האלטן אויך אזוי.. איך נישט.

חחחך

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:39 pm
דורך גוגל
ווען די וואלסטו מיר געקענט וואלסטו געוויסט אז איך ווייס וואס איך רעד, און אפאר מנינים ניקס קענען עס מעיד זיין.

פארשטייטזיך אז מען דארף וויסן פאר וועם מען בארגט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:45 pm
דורך ווישוואש
גוגל האט געשריבן:ווען די וואלסטו מיר געקענט וואלסטו געוויסט אז איך ווייס וואס איך רעד, און אפאר מנינים ניקס קענען עס מעיד זיין.

פארשטייטזיך אז מען דארף וויסן פאר וועם מען בארגט

איך האב שוין ב"ה זוכה געווען צו פארבארגן פאר אידן געלט, געוויסע באצאלן אין צייט און געוויסע נישט.
ס'איז א גרויסע מצוה וכו', אבער זאגן אז דאס איז די מערסטע פארזיכערטע פלאץ, דאס שוין נישט.