בלאט 1 פון 1

מנחה ערב שבת בעוד היום גדול

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 2:05 pm
דורך מגיני ארץ
1. ווייסט איינער ווי עס איז דא א מנין אין וומסב״ג פרייטאג נאכמיטאג פאר מנחה?
2. וואס איז די ענין אז מען דאווענט טאקע נישט קיינמאל אינמיטן טאג פרייטאג?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 2:23 pm
דורך שמן זית
ביי חסידים האט מען זיך געפירט צו דאווענען מנחה צוזאמען מיט קבלת שבת בבגדי שבת,
מ'זאגט הודו להפשיט בגדי חול,

אויב איינער דארף דאווענען בעוד היום גדול, ווייס איך נישט צו מ'זאגט הודו,
אין שומר שבת איז דא מנינים מנחה פרייטאג פון מנחה גדולה כ'ווייס נישט צו זיי זאגן הודו

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 3:39 pm
דורך מי חכם
תענית אסתר האב איך געזען א צאל אידן זיך מקיל זיין צו דאווענען מנחה מיט די בגדי חול בעוד היום גדול.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 3:54 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
איך האב אויך געדאווענט תענית אסתר 2:00 נאכמיטאג מנחה ווייל כ'האב געדארפט בלייבן מיט מיינע ערלים ביז 6:30, מ'האט געגעבן שקלים און שוין..
ס'דא א ענין צו דאווענען תענית אסתר מנחה בבגדי שבת?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 4:24 pm
דורך שמן זית
יאפס, ביי חסידים האט מען זיך געפירט, צו מקבל זיין פורים פונקט ווי יעדן יום טוב, מנחה בבגדי שבת

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:19 pm
דורך ליסקא
אין אסאך פלעצער דאווענט מען ערב שבת חנוכה מנחה בעוד היום גדול אין דערנאך גייט מען אהיים צינדן חנוכה ליכט אין קהלות וויען, באבוב ועוד ווייסט איינער אויב מען זאגט דעמאלטס הודו ? דאווענט מען אין בגדי שבת ?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 2:58 pm
דורך נח הערש
א פלא פון א זאך מיין שווער דאווענט געווענדליך פרייטיג מנחה ביי מנחה גדולה, און ביי אלע מיינע אינגעלעך איז די ברית'ן געווען אויף א פרייטאג אזוי האב איך אים געקענט מזכה זיין צו דאווען מנחה (נאך די סעודה) שבת'דיג אנגעטוהן....