הייס איך ארעם אדער רייך?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

הייס איך ארעם אדער רייך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

איך ווייס נישט צי איך לייג עס צום ריכטיגן פארום, אדרבה אויב איז עס נישט אויף די ריכטיגע פלאץ אפשר קען עס איינער פלאצירן ווי עס באלאנגט.

לעצטנס בין אויפגעקומען מיט א פראבלעם און איך זיך א לעזונג דערפאר... עס האלט מיר און איין נאגן אויב איך בין ריכטיג אדער נישט. איך מאך ב"ה שיין פרנסה איך מיין אביסל שענער ווי אנדערע יונגעלייט אין מיין עידזש (בערך 30-25 יארגאנג) אבער מיין פראגע איז, בין איך שוין ערלויבט זיך צו רופן עושר אדער נישט?

מיין אידענע קומט פון א שטוב ווי די טאטע האט נישט אריינגברענגט מער ווי 40000 דוללער א יאר, און זי האלט אז מען קען זיך שוין פאררופן עושר אויב מען מאכט שוין איבער 100,000 א יאר - זי זאגט עס נישט ארויס פארשטייט זיך, אבער סקומט ארויס פון צווישן די שורות - איך פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי געלט איז נישט געווען אן אפהאלט נישט אז סהאט זיך געוואלגערט אונטער די פיס אבער מען קען זאגן שיין בעלבתיש, און איך פארשטיי אז אויב מען מאכט נישט כאטשיג 250,000 א יאר קען מען נאכנישט חלום'ן פון הייסן א עושר...

עס נאגט מיר שוין אזוי די לעצטע פאר וואכן ווער איז גערעכט מיט דעם?

נ.ב. מיר ביידע קומען פון איין שטאט קרית יואל..
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

די משנה אין אבות פארענטפערט שוין די הארבע פראגע

איזהו עשיר? השמח בחלקו!
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

דאס ווייס אויך, איך רעד נישט מידות'דיג...
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

לאמיר אריננטראכטן אביסל טיפער:
למאי נפקא מינה צו די הייסט אן עושר אדער נישט?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

פר בן בקר האט געשריבן:לאמיר אריננטראכטן אביסל טיפער:
למאי נפקא מינה צו די הייסט אן עושר אדער נישט?

למקח ולממכר.....
ולגיטי נשים?..........
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לויט דעם לינק דארף מען פארדינען א האלבע מיליאן דאלער א יאר צו הייסן רייך.
אבער 100 טויזנט א יאר איז בכלל נישט ארעם, דאס איז מידל קלאס.

http://www.financialsamurai.com/how-muc ... to-be-rich
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

לאמיר אייך מסביר זיין חשובע ליינער וואס מיין גרעסטע פראבלעם איז.

מזיצט צווישן די משפחה מ'פארבענגט רואיג און מען רעדט, די פרוי זיצט צווישן די שוועסטערס און מען שמועסט, אינמיטן שמועס קומט ארויף די פראגע, וואס ענטפערט מען?
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

שמיציגער האט געשריבן:לאמיר אייך מסביר זיין חשובע ליינער וואס מיין גרעסטע פראבלעם איז.

ווער זאגט אז מ'מוז ענטפערן?
יענער מוז נישט וויסן פונקטליך וויפיל איר פארדינט. אפילו די אייגענע ברודער און שוועסטער.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שמיציגער האט געשריבן:לאמיר אייך מסביר זיין חשובע ליינער וואס מיין גרעסטע פראבלעם איז.

מזיצט צווישן די משפחה מ'פארבענגט רואיג און מען רעדט, די פרוי זיצט צווישן די שוועסטערס און מען שמועסט, אינמיטן שמועס קומט ארויף די פראגע, וואס ענטפערט מען?

מיינד יאר אהן ביזנעס....
הק' איש ימיני
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

כפארשטיי בכלל נישט דיין שאלה, הונדערט טויזענט, צו אפילו הונדערט פיפציג טויזענט דולער איז בכלל געלט?
איר ווייסט אפשר וויפיל דאס לעבן דאבעלט זיך מיט די יארן?
וויפיל עס קאסט א בר מצווה?
איר ווייסט אז מיט 150,000 קען מען אין אמעריקא נישט חתונה מאכן אלע קינדער מיט א ראוהיגקייט! איך רעדט שוין נישט, אז אין צעהן יאר ארום ווען איר וועט אנהייבן חתונה מאכן, וועט מען שוין ברויכן פיל פאכיג מער, איך רעדט אפילו כהיום תשע"ה איז דאס נישט געניג!
ווער רעדט נאך פין עשירות, מאן דכר שמיה

יא 250,000 איז נאך אלץ נישט קיין עשירות, אבער גענוג צו האבן א אייגענע דירה, מיט חתונה מאכן,
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

דאס קומט פשוט פון זיין אין די "25-30" יארגאנג, ווי איר שרייבט, וואס מיינט צווישן אונז 25-26 יאר אלט (ווייל איר וואלט נישט געשריבן מער ווי איין יאר יונגער ווי עכט... ודו"ק). פלאס, איר "עקסייטמענט" פון די הרחבת הדעת אז עס קומט גרינג ברייט געלט.

אלזא, ערשטנס, הער נישט אויף צו דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף די גרויסע חסדים. איר האט נישט קיין אהנונג ווי גליקליך איר זענט, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

צווייטנס, לייג אוועק. לייג אוועק. לייג אוועק. לייג אוועק. לייג אוועק. נישט סתם, נאר "אנטאטשעבל." חלומות זענען דא אסאך, הייזקע, ריעל עסטעיט, סטאקס, פענסיע, אינשורענס, חתונה פלענער, שותפות, "פליפן" (אקעי, נישט ממש...). אבער די אלע חלומות קענען בדרך הטבע נאר צושטאנד קומען פון "אוועק.לייגן.ערנסטע.סכומים.ווען.מ'איז.יונג." און טאקע ווייל איר, יונגערמאן, זענט מחונך געווארן אונטער א רחבות'דיגע אטמאספערע ב"ה, איז נאך וויכטיגער די יסוד פון זיך דוקא נישט לאזן פארגלאנצן די אויגן יעצט אין די פליסיגע צייטן, בפרט ווען די ב"ב באבלט אזוי מיט'ן ברייטן טשעק-ביכל וכל המסתעף.

זייער אסאך אין אייער מצב האבן געמאכט ביטערע, און גאר ביטערע מיסטעיקס. כאפ נישט. לייג נישט קיין דאלאר אין ערגעץ בעפאר דו שמועסט עס דורך מיט א העכערע אויטאריטעט, א רבי, א רב, דיין פערזענליכער מורה הוראה, סתם א מומחה אין ביזנעס און אין פינפטן שולחן ערוך. יענער, געווענליך שוין מיט א ווייסן דיוקנא מער אדער ווייניגער, און אלעס וואס ליגט אונטער דעם במשך אזויפיל יארן, איז 1) בכלל נישט פארבלענדט פון מעגליכע "עשירות" וואס מען גייט דא פארדינען, און 2) האט ערפארונגען עפ"י דעת תורה ופראקטיק ודינא דפעדעראלע, ממילא וועסטו הערן אביסל רעאליסטישע און אויסגעהאלטענע רייד, ומנה לא תזוע, אפילו דו פארשטייסט נישט.

הא, אייער "גרעסטע פראבלעם" איז נאך נישט פארענטפערט געווארן געהעריג. און עס וועט נישט, ביז מען איז מחליט אליינס צו האבן דעם קוראזש און זיך האלטן שטיל און אין די ראמען. ביז דעמאלט איז דער פראבלעם אקטועל. האפענטליך, בס"ד, וועט די החלטה קומען שנעל, נישט פון מיסטעיקס, נאר אין א גוטע וועג.

שמיציגער האט געשריבן:לאמיר אייך מסביר זיין חשובע ליינער וואס מיין גרעסטע פראבלעם איז.

מזיצט צווישן די משפחה מ'פארבענגט רואיג און מען רעדט, די פרוי זיצט צווישן די שוועסטערס און מען שמועסט, אינמיטן שמועס קומט ארויף די פראגע, וואס ענטפערט מען?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יום טוב, געוואלדיג

עס איז דא מענטשן וואס האבן ליעב צו בלעימען די אקאנאמי, 75% פון די פראבלעם איז פון מענטשן וואס מיינען אז מען איז א עושר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

שמיציגער האט געשריבן:איך ווייס נישט צי איך לייג עס צום ריכטיגן פארום, אדרבה אויב איז עס נישט אויף די ריכטיגע פלאץ אפשר קען עס איינער פלאצירן ווי עס באלאנגט.

לעצטנס בין אויפגעקומען מיט א פראבלעם און איך זיך א לעזונג דערפאר... עס האלט מיר און איין נאגן אויב איך בין ריכטיג אדער נישט. איך מאך ב"ה שיין פרנסה איך מיין אביסל שענער ווי אנדערע יונגעלייט אין מיין עידזש (בערך 30-25 יארגאנג) אבער מיין פראגע איז, בין איך שוין ערלויבט זיך צו רופן עושר אדער נישט?

מיין אידענע קומט פון א שטוב ווי די טאטע האט נישט אריינגברענגט מער ווי 40000 דוללער א יאר, און זי האלט אז מען קען זיך שוין פאררופן עושר אויב מען מאכט שוין איבער 100,000 א יאר - זי זאגט עס נישט ארויס פארשטייט זיך, אבער סקומט ארויס פון צווישן די שורות - איך פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי געלט איז נישט געווען אן אפהאלט נישט אז סהאט זיך געוואלגערט אונטער די פיס אבער מען קען זאגן שיין בעלבתיש, און איך פארשטיי אז אויב מען מאכט נישט כאטשיג 250,000 א יאר קען מען נאכנישט חלום'ן פון הייסן א עושר...

עס נאגט מיר שוין אזוי די לעצטע פאר וואכן ווער איז גערעכט מיט דעם?

נ.ב. מיר ביידע קומען פון איין שטאט קרית יואל..

האט איר א געקויפטע הויז ווי איר פלאנט צי פארבלייבן ביז איר גייט מאכן א מיליאן דולר א יאר?

אויב יא?

האט איר שוין אוועקגעלייגט גענוג געלט חתונה צי מאכן די קינדער?

אויב יא? און איר מאכט דאס שוין פאר אפאר יאר און איר בלייבט איבער יעדע יאר מיט אפאר איבריגע דולר (פשוט ווייל איר האט זיך שוין פארזארגט פאר די עקספענסעס וואס וועלן אינטערקומען אין די נעקסטע 15 יאר) דאן קענט איר הייסן א שיינע פארדינער,

אויב צאלט איר נאך רענט אדער מארגעזדש און איר האט נאכנישט קיין געלט פארן חתונה מאכן איז א שאד צי זיין א עושר (ליין "ליעס'ן א יאקאן, קויפן אין דער וועלט אריין...) פאר אפאר יאר און נאכדעם ח"ו... זיך מיטשענען,

א עושר לדעתי איז איינער וואס מאכט גאר שיין און ער קאווערט זיינע עקספענסעס בכפלי כפלים...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שאינו יודע האט געשריבן:יום טוב, געוואלדיג

עס איז דא מענטשן וואס האבן ליעב צו בלעימען די אקאנאמי, 75% פון די פראבלעם איז פון מענטשן וואס מיינען אז מען איז א עושר

און די אנדערע 25% איז פון מענטשען וואס מיינען אז מען איז ארים.

האסט געלט; פריי זיך; דאנק דער באשעפער; גיב צדקה מיט א ברייט האנט; לייג אוועק געלט פאר א רעגען. אז דיין ווייב האט נישט קיין גרויסע השגות, דאנק דער באשעפער פאר דעם; און אז די האסט נישט קיין אנדערע דאגות, ביזטו א גביר; א גרויסע גביר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך וועל פרובירן צו ענטפערן די קושיא אן געבן עצות,

לאמיר קודם פארשטיין וואס מיינט א 'עושר',

איינער וואס האט נאר איין קינד און האט נישט קיין אומגווענליכע הוצאות (מעדיקעל וכו') און מאכט 60-70K א יאר איז רייכער ווי דער וואס האט 10 קינדער און פארדינט 100K, (איך רעד נישט ווען די פיהרסט אן אויסנאם טייערע לעבן, רייכע וואקאציעס ארויסגיין עסן יעדן שני וחמישי וכו')

במילא די תירוץ איז, אז עשירות איז א זאך וואס איז 'רעלאטיוו' און ס'נישט קיין זאך וואס האט צו טוהן מיט 'וויפיל' די פארדינסט, נאר וויפיל די פארדינסט 'רעלאטיוו' צו דיין צורך,

און ס'איז אויך תלוי וויפיל דיינע נאענטע (חבירים, קרובים) פארדינען, אויב זיי פארדינען זיי ווייניגער פון דיר מיינט דאס אז די ביסט א עושר,

לדוגמא, אין אפריקע איז דא מקומות וואס ווער ס'האט א ביה"כ אינדערהיים איז א 'עושר', ווייל קיינער האט נישט, א מושג וואס עקזיסטירט נישט אין אמעריקע,

ס'איז א עקסטרעמע משל, אבער די זעלבע קאנצעפט שפילט זיך אפ אין אייער לאקאלע בית המדרש,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

רבי משה האט געשריבן:כפארשטיי בכלל נישט דיין שאלה, הונדערט טויזענט, צו אפילו הונדערט פיפציג טויזענט דולער איז בכלל געלט?
איר ווייסט אפשר וויפיל דאס לעבן דאבעלט זיך מיט די יארן?
וויפיל עס קאסט א בר מצווה?
איר ווייסט אז מיט 150,000 קען מען אין אמעריקא נישט חתונה מאכן אלע קינדער מיט א ראוהיגקייט! איך רעדט שוין נישט, אז אין צעהן יאר ארום ווען איר וועט אנהייבן חתונה מאכן, וועט מען שוין ברויכן פיל פאכיג מער, איך רעדט אפילו כהיום תשע"ה איז דאס נישט געניג!
ווער רעדט נאך פין עשירות, מאן דכר שמיה

יא 250,000 איז נאך אלץ נישט קיין עשירות, אבער גענוג צו האבן א אייגענע דירה, מיט חתונה מאכן,

מיט איין זאך ביסטו גערעכט, געלט איז קיינמאל נישט גענוג,

אז איינער וואס ארבעט ביי א צדקה ארגעניזאציע און ווייסט שוין יא וויפיל מען פארדינט און קומט שנארן און הייבט אן מיט זיין געשליפן צינגל אז עס לוינט צו גיבן געלט, וואס דארף מען טראכטן ביי זיך בין איך טאקע אזוי אדער נישט, מען דארף קענען האבן די קוראזש צוריק ציענטפערן פאר די וואס מיינען אז דו ביסט די גרעסטע עושר אויף די וועלט.
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

צדקה דארף מען סיי ווי געבן אפילו דו ביסט נישט דער גרעסטער עושר פון שטאט, נאר דו מוזט נישט מנדב זיין קיין בנינים אדער זיכער מאכן אז דיין נאמען ערשיינט יעדע וואך אין די אויסגאבעס מיט פאומס און חרוזים.

דער גבאי צדקה מעג פארלאנגען וויפיל ער פארשטייט, און דו דארפסט געבן לויט וויפיל דו קענסט "באמת" געבן (נישט זיך אויפרייסן אבער אויך נישט זיין קארג).
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

סמארט גאי האט געשריבן:איך וועל פרובירן צו ענטפערן די קושיא אן געבן עצות,

לאמיר קודם פארשטיין וואס מיינט א 'עושר',

איינער וואס האט נאר איין קינד און האט נישט קיין אומגווענליכע הוצאות (מעדיקעל וכו') און מאכט 60-70K א יאר איז רייכער ווי דער וואס האט 10 קינדער און פארדינט 100K, (איך רעד נישט ווען די פיהרסט אן אויסנאם טייערע לעבן, רייכע וואקאציעס ארויסגיין עסן יעדן שני וחמישי וכו')

במילא די תירוץ איז, אז עשירות איז א זאך וואס איז 'רעלאטיוו' און ס'נישט קיין זאך וואס האט צו טוהן מיט 'וויפיל' די פארדינסט, נאר וויפיל די פארדינסט 'רעלאטיוו' צו דיין צורך,

און ס'איז אויך תלוי וויפיל דיינע נאענטע (חבירים, קרובים) פארדינען, אויב זיי פארדינען זיי ווייניגער פון דיר מיינט דאס אז די ביסט א עושר,

לדוגמא, אין אפריקע איז דא מקומות וואס ווער ס'האט א ביה"כ אינדערהיים איז א 'עושר', ווייל קיינער האט נישט, א מושג וואס עקזיסטירט נישט אין אמעריקע,

ס'איז א עקסטרעמע משל, אבער די זעלבע קאנצעפט שפילט זיך אפ אין אייער לאקאלע בית המדרש,

אז דו רעדסט פון אפריקע קוק דעי סייט http://www.globalrichlist.com

you'll be surprised
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איין קליינע הערה:
דו הייסט שמיציגער (ענטער דיין עכטע נאמען), דיין איבעיא איז נאר צו דו ׳ביסט׳ ארעם אדער רייך.

א גבאי צדקה ווייסט וויפיל ער דארף צוזאמשטעלן און ווי ברייט ער קען זיך ערלויבן צו מענטשן, דער מענטש צו וועם ער רעדט דארף וויסן וויפיל ער קען צושטעלן און ווי ווייט ער מעג זיך לאזן אפזייפן.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאדער געשריבען אין אישי א סך.

איין זאך נאך, זאלסט נאר מאכען טערם לייף אינשורענס און נישט האלייף.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
טויסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויסט »

סמארט גאי האט געשריבן:איך וועל פרובירן צו ענטפערן די קושיא אן געבן עצות,

לאמיר קודם פארשטיין וואס מיינט א 'עושר',

איינער וואס האט נאר איין קינד און האט נישט קיין אומגווענליכע הוצאות (מעדיקעל וכו') און מאכט 60-70K א יאר איז רייכער ווי דער וואס האט 10 קינדער און פארדינט 100K, (איך רעד נישט ווען די פיהרסט אן אויסנאם טייערע לעבן, רייכע וואקאציעס ארויסגיין עסן יעדן שני וחמישי וכו')

במילא די תירוץ איז, אז עשירות איז א זאך וואס איז 'רעלאטיוו' און ס'נישט קיין זאך וואס האט צו טוהן מיט 'וויפיל' די פארדינסט, נאר וויפיל די פארדינסט 'רעלאטיוו' צו דיין צורך,

און ס'איז אויך תלוי וויפיל דיינע נאענטע (חבירים, קרובים) פארדינען, אויב זיי פארדינען זיי ווייניגער פון דיר מיינט דאס אז די ביסט א עושר,

לדוגמא, אין אפריקע איז דא מקומות וואס ווער ס'האט א ביה"כ אינדערהיים איז א 'עושר', ווייל קיינער האט נישט, א מושג וואס עקזיסטירט נישט אין אמעריקע,

ס'איז א עקסטרעמע משל, אבער די זעלבע קאנצעפט שפילט זיך אפ אין אייער לאקאלע בית המדרש,

די ריכטיגע ענטפער!
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

מטעמים האט געשריבן:כאדער געשריבען אין אישי א סך.

איין זאך נאך, זאלסט נאר מאכען טערם לייף אינשורענס און נישט האלייף.

פארוואס נישט?
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך פארשטיי נישט, די שוועסטערס/שוועגערינס פרעגן אין פנים אריין "דו ביסט א עושר?"

ריתגוב סמארט, אויב דו דארפסט אויסגעבן רוב פון די 100k פאר טאג-טעגליכע הוצאות, דאן ווייס איך נישט צו א שיינע פארדינער ביסטו יא, א עושר אפגערעדט...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

מיסטעריעז האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, די שוועסטערס/שוועגערינס פרעגן אין פנים אריין "דו ביסט א עושר?"

עס מוז נישט דווקא זיין "פרעגן אין פנים אריין" עס קען זיין אינצווישן די שורות אויך ...
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער נייגעריגער »

און אז דו ביסט א ספק עושר, מיזטו נאכנישט חוזק מאכען פון אונז :-P
( אוועטער )
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”