בלאט 1 פון 1
שלעכטע מויל גערוך
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 5:00 pm
דורך פינטל
איך זיך נייטיג א עצה פאר א שווערע מויל גערוך, עני העלפ עפרישיעטעד.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 5:30 pm
דורך בעמבא
די ערשטע זאך דארף מען זיך אויסטשעקן צו די ציינער זענען נישט אפשר פארפוילט.
און אז מען איז שוין ביים דענטיסט, קען אמאל זיין אז דער דענטיסט וועט וויסן צו זאגן וועגן עפעס אן עצה
און אויב האלט איר שוין נאך דאס אלעס דאן ווייס איך נישט.... והוא רחום.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 5:42 pm
דורך נא_שכל
פינטל האט געשריבן:איך זיך נייטיג א עצה פאר א שווערע מויל גערוך, עני העלפ עפרישיעטעד.
איך מיין א עס איז שוין געווען דא אן אריכות וועגן דעם, בעיקר וועגן DR. KATS און זיינע מאוטוואש'ס און צייץ פיץ, עס איז דא צובאקומען אין אלע פארמאסיס. אויך איז לעצטנס דא א נייע זאך עס הייסט SMART MOUTH און עס העלפט גוט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 5:44 pm
דורך KUPSTHICK
most of the times its because the food dosent get digest the right way so u can take enzymes supplement
like essential enzymes from the company source naturals
take before every meal
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 6:09 pm
דורך green sunday
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 6:09 pm
דורך יעקב צוקערמאן
therabreath
די מאוטוואש און ציין פוץ
האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר ווירקזאם
פון דר. קאטז
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 7:41 pm
דורך בנימין הלוי
א טרוקענע מויל איז דאס ערגסטע, דערפאר איז עס שווער נאך א שלאף, יעדע מצב מאכל אדער משקה וואס מאכט ס'מויל טרוקען זאל מען פארמיידן און טרונקן פשוטע וואסער במעשעכען טאג.
רויכערן אדער טרינקן אלקעהאל פארשווערט די מויל גערוך
וואס נאך?
פעטרישקע בלעטער דארף צו העלפן
Chlorophyll הייסט אז עס העלפט. מען קען עס באקומען אין געזונטהייט געשעפטן אדער אויף
http://www.amazon.com/gp/aw/d/B00028MW1 ... PZ1CBK4C3Wדי מיט מינט ווייס איך נישט אויב ס'איז כשר, די אן פלעיווער איז
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 7:42 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
די וואס גייען אויף מייזליש'ס (עטקינס) דייעט ליידן ספעציעל שווער אויף א מויל גערוך, אני הקטן גיי אויף דעם דייעט, איך פיץ די ציין דריי מאל א טאג פלוס ליסטערן מאוטוואש אפאר מאל א טאג,
כ'בין געגאנגען צום דענטיסט אפאר מאל ער האט געהייסו פלאסן די ציין פאר עסן וואס קען פארבלייבן דארט, ס'האט גארנישט געהאלפן,
כ'האב מיר אינטערסירט ביי אפאר מענטשן וואס גייען אויף דעם דייעט יעדער האט ציגעשטימט אז מען ליידט דערפון (אגב ס'איז זייער אומבאטעם'ט צי הערן פון איינעם אז די מויל שמעקט שלעכט),
ביי אפאר מענטשן וואס כ'האב אנגעפרעגט אויפן ענין האב איך מיר געמיזט אוועקדרייען אפאר מאל משכ'ן שמועס מחמת סיבה הנ"ל,
ביז איינער האט מיר אנגעוויזן אויף די therabreath פון דר. כץ ציבאקומען און פארמאסי, מ'שווענקט די מויל פאר איין מינוט דערנאך נאך א קליין גלעזעל צי גארגלען אין האלז פאר א האלבע מינוט, און....
די גאנצע פראבלעם איז נעלם געווארן כהרף עין
פארעפענטליכט: שבת מרץ 07, 2015 10:01 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
דאס האב איך געניצט
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:12 am
דורך חידת
די פראבלעם איז אז די ksa הכשר הייסט דוכט זיך מיר זייער שוואך, און אז די ou פארלאזט זיך מער נישט אויף זיי, עכ"פ כך שמעתי.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:26 am
דורך purple knish
אפשר אנפאנגען בעטן זיי זאלן אפגרעידן זייער הכשר?
איז דא א מהלך אויף דעם?
זייערע פראדוקטן זענען איינס אין די וועלט!
(כ'האב עס גענוצט מיט שטוינענדע רעזולטאטן)
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:41 am
דורך שוועמל
חידת האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די ksa הכשר הייסט דוכט זיך מיר זייער שוואך, און אז די ou פארלאזט זיך מער נישט אויף זיי, עכ"פ כך שמעתי.
מקור?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 10:56 am
דורך נא_שכל
פארוואס דארף עס א גוטע הכשר? איך מיין אז עס האט נישט קיין גליצערין. און די מויל גערוך האט אויך נישט קיין גוטע הכשר...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 7:25 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
נא_שכל האט געשריבן: און די מויל גערוך האט אויך נישט קיין גוטע הכשר...
גראדע א גוט'ס
אבער איך וועל טרייען מברר צי זיין צי מ'מעג עס ניצן, well we are Jews...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 8:05 pm
דורך חידת
שוועמל האט געשריבן:חידת האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די ksa הכשר הייסט דוכט זיך מיר זייער שוואך, און אז די ou פארלאזט זיך מער נישט אויף זיי, עכ"פ כך שמעתי.
מקור?
איך געדענק נישט, לכאורה נישט קיין קראנטע מקור ממש אבער לחשוש מבעיא, איינער דא ווייסט צו זאגן אז ס'איז יא פארלעסליך?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:00 pm
דורך בנימין הלוי
אריין אין שאלות הלכה
סטאר קיי שרייבט
http://www.star-k.org/kashrus/kk-mitzvo ... footnotesA If there is no intention to swallow a non-food product (e.g. toothpaste, mouthwash, floss), one need not worry about the ingredients.6 Nonetheless, it is a hiddur to use kosher products if they might inadvertently be swallowed. If a product is intentionally swallowed (e.g. breath spray and breath freshener strips), the product requires kosher certification.7