בלאט 1 פון 1

מיין זייגער לויפט צו שנעל, וואס קען מען טון?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 8:29 am
דורך קנאפער ידען
איך האב אזא ווייברעיטער וועקער זייגער [מיינטס נישט אז ער וועקט מיר יא אויף... אבער איי דייגרעס] און עס פלעגט מיר וואויל באדינען. ביז פאריגע וואך האט ער מחליט געווען מער נישט צו זיין וואויל, און אזוי האט זיך אנגעהויבן דער געיעג... דער לויפט און לויפט אן קיין ספעציפישער חשבון וואס איך האב באמערקט, אבער עס פארט אוועק שעות ע"ג שעות שנעל.

איז דאס א לאסט-קעיס? אויב נישט וואס קען מען טון עס צו פאררעכטן? וואס איז דער גורם פון אזא ערשיינונג?

41typtFaunL.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 8:43 am
דורך אַבּערוואַס
געוויסע פין די זייגערס קומען מיט א טאגגל סוויטש טוישן 50/60 Hz, אפשר איז עס בטעות אנגעשטעלט אויף 50.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 8:55 am
דורך שוועמל
Calibrate it

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 8:55 am
דורך קנאפער ידען
אַבּערוואַס האט געשריבן:געוויסע פין די זייגערס קומען מיט א טאגגל סוויטש טוישן 50/60 Hz, אפשר איז עס בטעות אנגעשטעלט אויף 50.

העמיר באלד א קוק טאן
שוועמל האט געשריבן:Calibrate it

וואס מיינט דאס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 9:34 am
דורך וויכטיג מאכער
אַבּערוואַס האט געשריבן:געוויסע פין די זייגערס קומען מיט א טאגגל סוויטש טוישן 50/60 Hz, אפשר איז עס בטעות אנגעשטעלט אויף 50.



דאס איז נאר געווען ביי די זייגערס ביז 2 יאר צוריק, די נייערע איז שוין נישטא די אפשן צו רוקן, סיז אוטאמאטיש...

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 9:36 am
דורך מאנ-יימער
וואס הייסט ס'איז אוטאמאטיש? וואס איז בכלל די אפציע 50/60HZ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 9:37 am
דורך גוגל
אפשר איז זיין זייגער געקויפט געווארן צוויי יאר צירוק?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 9:43 am
דורך קנאפער ידען
יאפ דאס איז דאס! א ריזן דאנק 'אבערוואס'! עס איז געווען אנגעשטעלט אויף 50 Hz.
מיין זייגער איז שוין פון מיין חתונה נמ"ג, און עס איז שוין טאקע היבש מער ווי צוויי יאר.
--------
אז מ'רעדט שוין יא, מה הפשט? איז דא מענטשן וואס דארפן שנעלערע זייגערס, אדער אין אנדערע סארט עלעקטעריק אוטפאטס ארבעט 50 Hz נארמאל און 60 שטאט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 10:59 am
דורך עין טובה
ס'איז דא כמה וועגן וויאזוי א זייגער קען דיר ווייזן די צייט (אפשר באלד וועל איך מסביר זיין די פאר מהלכים) איינע פון די וועגן איז דורכן 'ציילן' וויפיל hz איז געווארן אריינגערוקט אין די עלעקטריק.
ביי אונז אין ניו יורק באקומט די זייגער 60 hz (צו זיין פונקטליכער, 59.3,). אבער היות זיי פארקויפן די זייגער חוץ מגבולין, האבן זיי אריינגעלייגט א סוויטש וואס זאל זיך אן עצה געבן אין אנדערע מדינות אויך.

ווי אזוי ארבעט א זייגער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 12:52 pm
דורך עין טובה
אונז גייען דא בעז"ה אויסשמועסן 3 מהלכים וויאזוי זייגערס רעכענען צייט היינט צו טאגס.
קודם, די פשוטע 'ענעלאג' זייגערס, ארבעטן אז ס'איז דא א קליינטשיקע מאטאר וואס דרייט זיך פונקטליך כך וכך שנעל און לויט דעם רוקט ער די שטעקעלעך וואס ווייזן די צייט.
מהלך ב', וואס איז בפשטות די מערסטע צושפרייט, איז, מיט א קליינטשיקע שטיקל Quartz.
קווארץ מהו? קווארץ איז אזא מין מאטריאל וואס ווען ער האט עלעקטריק שיסט ער ארויס קליינטשיקע שטראמען, ביליאנען מאל א מינוט. און ס'ארבעט בערך אזוי ווי דאמינאו שטיקלעך, איינס פאלט, א סעקונדע שפעטער פאלט די דערנעבענדע און אזוי ווייטער. וכן לעניננו, די 'דאמינאו' שטיקלעך פאלן אראפ שיין אין איידל. נאכדעם מעסט מען מיט אן אנדערע פונקטליכע זייגער וועלכע מיליאנסטע שטיקל ענדיגט צו די מינוט, און דארטן רוקט מען אריין אזא ברייטע דאמינאו שטיקל וואס רוקט עפעס אנדערש. און דאס ברענגט ארויף אויפן זייגער די קומענדיגע מינוט.
אבער אזוי ווי די מהלך דארף מען נוצן אזויפיל ביליאנען שטיקלעך, איז 'סאניק אלערט' (די זייגער וואס קנאפער האט) אויפגעקומען מיט מהלך ג' וואס דאס איז אז אנשטאט דארפן האבן ביליאנען פיציקע שטיקלעך וואס ווערט געפירט דורכן קווארץ, האבן זיי סאך ווייניגער שטיקלעך, און די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז, אז אזוי ווי די עלעקטריק קומט אריין און 60 hz פער סעקונדע, איז דא סאך ווייניגער 'דאמינאו' שטיקלעך וואס ער דארף קלאפן!

(אויב האט איינער סיי וועלכע שאלה איבער דעם נושא, feel free צו פרעגן)

זאל איך ווארטן אויפן טויזענסטע? נע, שלח.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 12:57 pm
דורך טויסט
;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 1:01 pm
דורך קנאפער ידען
זייער זייער שיין און קלאר! יישר כח.

לאז דיר שוין אפ פון דער טויזענסטער תגובה שטות... :wink:

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 1:19 pm
דורך עין טובה
איך האב מיר שוין לאנג אפגעלאזט פון דעם.... והא ראי' אז איך האב עס געשיקט....

אגב, איך האלט אז דעם אשכול דארף ווערן אריבערגעפירט

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 1:51 pm
דורך אשמרה לפי מחסום
איך האב יעצט א שאלה ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האט מיך איינער עס פארקויפט פאר שפאט ביליג ווייל אונז האבען געמיינט אז עס ציבראכען
למעשה יעצט ווער איך געוואיר אז עס איז ס"ה א סעטינג

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 12:20 am
דורך אַבּערוואַס
שכח עין פאר'ן הסבר!

די מהלך פין לאזן א זייגער לויפן אויף די הערטז איז גאר אן אלטער, כ'גלייב אז דאס איז עלטער פין "סאניק אלערט", איר האט מן הסתם געמיינט צו זאגן אז זיי האבן אדאפטירט דעם גאנג. אלענפאלס, היינט אין די דיגיטאלע וועלט איז דאס שוין נישט אזוי גאנגבאר, כ'מיין אז נאר געציילטע קאמפאני'ס ארבעטן נאך מיט דעם.

לגבי די עלעקטעריק, וואס איז נוגע צו אונז דא ארבעט די עלעקטעריק דאהי מיט 60 הערץ און יוראפ ארבעט עס מיט 50. רובא דרובא טרענספארמערס (די שטעקער מיט א באקס ביים פלאג אדער אינמיטן די ווייער וואס קומט מיט אסאך עלעקטראנישע מאשינען) זענען קאמפעטיבעל מיט ביידע, 50/60.

אין יעדנפאל, האט עין רעכט מיט דעם אז ס'איז נישט אויפן האר 60, און דערום איז די מציאות ביי די זייגער'ס וואס ארבעטן אויף דעם מהלך אז נאך א תקופה ווערט עס פאררוקט. נאר ביי די גוטע זייגער קאמפאניס איז דאס גאר ווייניג און סדויערט לענגער ביז ס'ווערט אבוויעס (און אינצווישן רוקט מען דאך סייווי, ממילא באמערקט מען נישט אלעמאל).

גראדע סאניק אלערט איז בעצם גאנץ שוואך דערין, זייערע זייגערס ווערן שנעל פאררוקט אפי' אויף די גוטע סעטטינג. עכ"פ ס'קומענדיגע מאל ער ווארט אייך ארויס פין בעט צו פרי, זייט וויסן אז ס'איז נישט אייער צדיק'ל וואס האט עס געבאברעט, ס'איז פשוט דעם זייגער'ס אן איינגעבוירענע שלעכטע נטיעה זיינער...

______

סיי די חלק פין הערטז (ווי אויך די חילוק צווישן אמעריקאנע און יוראפ'עישע עלעקטער סיסטעמען), און סיי די חלק פין זייגער קען מען באמת מרחיב זיין, אבער דאס מיינעך באלאנגט פאר חילי'ן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 6:40 pm
דורך עין טובה
אַבּערוואַס האט געשריבן:שכח עין פאר'ן הסבר!

שקויעך.
אַבּערוואַס האט געשריבן:
סיי די חלק פין הערטז (ווי אויך די חילוק צווישן אמעריקאנע און יוראפ'עישע עלעקטער סיסטעמען), און סיי די חלק פין זייגער קען מען באמת מרחיב זיין, אבער דאס מיינעך באלאנגט פאר חילי'ן.


געב א בליק דא

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 1:44 am
דורך אַבּערוואַס
שכח פאר'ן אנצייכענען! דער ארטיקל איז איינס פין מיינע בוקמארקס וואס איך דארף נאך פשוט מאכן צייט דורכצוליינען. אבער למעשה ווערט נישט אויסגעשמועסט דארט (זוי מיינעך) פ"וו אמעריקע איז אוועקגעשטעלט אנדערש ווי יוראפ אין יסוד פינעם מהלך, אווי אויך איז דאך דא דער חלק פין זייגער כשלעצמו וואס מ'קען דערויף רעדן און רעדן.

אלנפאלס, די סארט ארטיקלען פין חילי'ן האבן מיך טאקע געשטופט צו שרייבן די לעצטע שורה...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 9:04 am
דורך עין טובה
ס'איז אויך פון מיינע בוקמארקס, פארדעם האב איך עס געקענט טרעפן....

אין קורצן איז די הסבר דערפון:
אין די ניינצענטע יאר הונדערט איז געווען פיל פיל פאוער דיסטריביושן צענטערן וואס די 'הערטז' דערפון איז געלאפן פון אזוי ווייניג ווי 13 הערטז, ביז אזוי פיל ווי 133 הערטז. די פירמעס וואס האבן פראדעצירט די עלעקטריק האבן זיך צוגעשטעלט צו די לאקאלע פירמעס וואס האבן פרודעצירט די מכשירים, ווי עלעקטריקל היטערס. בשנת תרע"ח האט לונדון הבירה געהאט 10 אנדערע לעוועלס אין די הערטז. וואס א יאר שפעטער, ווען נאך און נאך פירמעס זענען ארויס אין די מארקעט האבן זיי זיך פרובירט צו צושטעלן צו געוויסע הערטז לעוועלס. אזוי אז ס'האט זיך עוועלואירט צו וואס אונז האבן היינט.

די גאנצע וועלט האט 50 א חוץ פון צפון אמעריקע, און די צפון חלק פון דרום אמעריקע.

דאס איז בקיצור ממש, מ'קען נאך אריינגיין סאך טיפער אין די היסטאריע דערפון.