בלאט 1 פון 2

שיינע מגילה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 9:51 pm
דורך ענדע צדיק!
איינער פארשטייט דא צו א שיינע שריפט/שיינע מגילה?

איז דאס א שיינע זאך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 9:56 pm
דורך שמו
היות ס'איז נישט אזוי קלאר דא איז שווער צו זאגן

אבער כלל ראשון, קוק צו די אותיות זענען אייניג (כלומר אלע א' זענען ענדליך, און אלע ע' אדער ש' זענען ענדליך)
דערנאך צו ס'ענדיגט זיך גלייך פון ביידע זייטן, און צו ס'איז גלייך אויפן שירטוט

דערנאך קען מען קוקן די שריפט

ענדערש לייג ארויף א האלבע עמוד, און קלארער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:00 pm
דורך ענדע צדיק!
שווער. דאס איז בעסער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:04 pm
דורך שמאטע
איך גלייך די שריפט, ס'איז נישט 'באלד' אותיות, און ס'זעהט אויס געשמאק צו ליינען דערין.

לייג נאר א בילד פון פרק ז-ח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:05 pm
דורך ענדע צדיק!
שווער צו כאפן. אבער עס איז די זעלבע צו ממש די זעלבע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:12 pm
דורך שמו
שיינע מגילה און א באזעצענע שריפט
(שריפט שוין געזעהן שענער'ס, אבער דאס גייט אריין אין גדר פון שיינע מגילות)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:20 pm
דורך green
די ב גלייך איך נישט
אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז א פראבלעים, ס'קען זיין א מעלה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 10:21 pm
דורך גערעכטער
ס'איז זייער שווער צו מבין'ען אויף א בילד, (ספעציעל א בלורי...) מ'קען נישט זעהן גהעריג די שארפקייט פון די כתב/מ'דארף זעהן די קאליר פונעם פארמעט/די אנדערע דפים (פון די סוף מגילה).
אבער לויט די ביסל וואס מ'קען ארויסנעמען פון די בילד, וואלט איך געזאגט אז דאס איז -פון איינס ביז צען- נומער 7.

די עיקר איז אז עס זאל זיין געשמאק צו ליינען אין דעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 10:02 am
דורך ענדע צדיק!
ייש"כ אלע

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 10:01 am
דורך purple knish
אלעמאל מקנא געווען די וואס פארשטייען צו א שיינע שריפט.

ווי אזוי דעוועלאפט מען א טעיסט?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 10:45 am
דורך יאנקעלע קליגער
ס'איז גראדע נישט אזוי שווער, פרוביר ווי מער אריינצוקוקן אין ספרי תורה, וועסטו אליין באמערקען וואס איז שיין און וואס נישט,
פארשטייט זיך אז פונקטליך יעדע אות צו פארשטיין, צו דעם דארף מען שוין אביסל מומחיות,
אבער אין דשענערעל דארף מען נישט זיין קיין גרויסע מומחה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 1:09 pm
דורך סעלצער
אין איין ווארט; ס'איז א שיינע מגילה!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 3:22 pm
דורך elter-zeide
עס קיקט אויס ווי א מתחיל האט דאס געשריבען, דע שריפט איז קלאר אבער דע אותיות זענען נאך נישט שיין אויסגעארבט, למשול דע אלף, דע ע' דע פ' זענען ווייט פון שיין, דער סופר דארף נאך אסאך שימוש עס זאל הייסען שיינע אותיות, אבער ער וועט קענען, ער האט גיטע הענט צי שרייבען, י

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 5:32 pm
דורך יואל שווארטץ
געווענליך וועלן נאר מתחילים שרייבן מגילות, ממילא זעה איך נישט קיין חסרון דערין.
דער שריפט איז זייער שיין.

אויפן מארקעט איז אזאנס ווערד כאטש 1,500-2,000.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 9:27 pm
דורך elter-zeide
איך האב נישט געמיינט אלץ חסרון, אדרבא, חזק ואמץ, דע שריפט איז שיין אין קלאר, אבער דע צורת האותיות, דארף נאך שימוש, אין אלע מגילות ווערן געשריבן דארעך נייע סופרים, ווייל אין דע מגילה איז נישט דא קיין שמות וואס דאס ברענגט שווערע שאלות, איבער דעם לערנען זיך דע סופרים צי שרייבן מגילות, אזוי קענען זיי כאטש עפס געלט פארדינען ביים לערנען זיך, י

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 10:22 pm
דורך דיעל
שיין! וואלט מן הסתם געגאנגען פאר 1650+
די תגין זענען דא.
עס איז געשריבן געווארן מיט אלע דיטעילס [הלכה'דיג].
עס פעלט נאר אזא פינישינג טאטש - וואס וואלט עס געמאכט ווערט 2500+

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 4:47 pm
דורך פאטאקי08
איז דא וואו צו דאונלאודן די מגילה עס צו איינחזרן?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 8:04 pm
דורך אלטע איד
איינער וויל מיר דאס פארקויפט פאר גראב געלט, איינער א מבין דא? טאקע אויסערגעווענדליך?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 8:12 pm
דורך דיעל
אלטע איד האט געשריבן:איינער וויל מיר דאס פארקויפט פאר גראב געלט, איינער א מבין דא? טאקע אויסערגעווענדליך?

שווער צו זעהן אבער אויבן אויף זעט עס אויס זייער שיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 9:24 pm
דורך כרם
היות א מגילה דארף נישט זיין כסדרן וועלן די (נייע) סופרים אייביג אנפאנגן שרייבן די צווייטע האלב (טו געט די הענג אוף איט) דערנאך די ערשטע האלב. ממילא ווען מקוקט א מגילה גייט מען גלייך צו די צוויטע האלב צו זעהן אויב ס'שיינע שריפט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 9:30 pm
דורך אלטע איד
האסטו פון צווייטע חלק

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 9:36 pm
דורך אַבּערוואַס
ענדע, אלטע איד, פין וויפיל געלט איז די רעדע?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 9:47 pm
דורך כרם
וואס איז מיט די ו" פין "כטוב "?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 10:00 pm
דורך מיסטעריעז
עס איז די פיקטשער, קוק א שורה העכער דעם און א שורה אראפצוה - די ח פון אשר שלח ידו און די ט פון בטבעת - וועסטו זעהן אז מאיזה סיבה זענען די אותיות אין יענע געגנט אביסל שמעלער. מן הסתם איז די פעידזש געווען אביסל שיף דארטן ביים נעמען די פיקטשער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 10:03 pm
דורך אלטע איד
בילד איז גענומען געווארן שיף אהייט, מרעדט דא וועגען א סופר וואס שרייבט נאר מגילות, אויסעגקליבענע פארמעט, א העפטיגע פרייז, מורא צו פרעגן , נאכנישט גערעדט