אינשורענס פון GENERALI פאר די 2'טע וועלט קריג - 1940
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:44 am
איך האב געהאט א זיידע וואס האט געוואוינט אין אונגארן, אין די שטעטל ווי ער האט געוואוינט האט ער געהייסען א יוד א גביר, עניוועי, ביים סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה האבען די נאצי'ס ימ"ש אים אוועקגעפירט צוזאמען מיט די גאנצע משפחה קיין אוישוויץ, ווען זיי זענען אנגעקומען איז געווען די טרויעריג-בארימטע סעלעקציע, אין מען האט געוויזן פאר מיין זיידע און באבע, מיט די קליינע קינדער צו גיין אויף לינקס, און פאר די עלטערע קינדער געוויזען אויף רעכטס, האב איך לעצטנט געהערט אז מיין זיידע הי"ד האט אנגעזאגט פאר די עלטערע קינדער זיי זאלן וויסען אז ער האט געמאכט אינשורענס פאלעסיס ביי די GENERALI אינשורענס פירמע, אין זיי זאלען זעהן צו אפנעמען די געלט נאך די מלחמה, נאך די מלחמה ווען זיי זענען צוריק געקומען צו זייער שטוב וואו זיי האבן געוואוינט, זענען שוין די אלטע שכנים זייערע געוועהן די בעלי בתים אויף זייער הויז, און זיי זענען ארויסגעקומען מיט שטעקענעס און זיי פארטריבען, פארשעמט און ארעם ווי די נאכט זענען זיי אנטלאפן פין דארט עוד נשמתם באפם, פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט מצליח געווען צו טרעפען קיין שום דאקומענטן \ באווייז אויף די אינשורענס וואס זייער טאטע האט זיי דערציילט אז ער האט געקויפט.
איז דא איינער וואס איז באקאנט צי מען קען באקומען געלט אויף אינשורענס פאלעסיס פון פאר די מלחמה? וואו קען מען אויפזיכען אריגינעלע פאלעסיס פין אינשורענס קאמפאניס ? אויב איז דא איינער וואס האט פערזענליכע עקספיריענס וואלט מיר געוועז זייער אינטערעסאנט צו הערן.
מיט דאנק
לאנגווייליג
איז דא איינער וואס איז באקאנט צי מען קען באקומען געלט אויף אינשורענס פאלעסיס פון פאר די מלחמה? וואו קען מען אויפזיכען אריגינעלע פאלעסיס פין אינשורענס קאמפאניס ? אויב איז דא איינער וואס האט פערזענליכע עקספיריענס וואלט מיר געוועז זייער אינטערעסאנט צו הערן.
מיט דאנק
לאנגווייליג